א ספרעדשיט אדער רעכענען בויגן איז אן אויסגעשפרייטער בויגן פון קעסטעלעך וואס מען שרייבט אריין אינפארמאציע, אפטמאל פינאנציעלע.

אן עקסעל ספרעדשיט

דער פארם איז געווען ברייט באנוצט אין בוכהאלטעריי, ביי וועלכע מען לייגט אויס די אינפארמאציע אין עמודים און שורות. מיט'ן אויפקום פון דעם ספרעדשיט קאמפיוטער פראגראם איז דאס געווארן פיל מער פאפולער אויף צו ניצן אויף פארשידענע סארטן אינפארמאציע.

אן עלעקטראנישער ספרעדשיט

רעדאַקטירן
 
וויזי-קאלק, דער ערשטער ספרעדשיט פראגראם

דער ערשטער ספרעדשיט קאמפיוטער פראגראם איז געווען וויזי-קאלק, וואס האט איבערגעדרייט דער וועלט פון בוכהאלטעריי. עס איז געווען צו באקומען נאר פאר'ן עפל II קאמפיוטער, און דער פראגראם איז געווען אזוי פאפולער אז פיל האבן געקויפט קאמפיוטערס נאר פאר דעם וויזי-קאלק.

נאכפאלגער

רעדאַקטירן

מיט דער איי.בי.עם. פי.סי. האט זיך איבערגע'חזר'ט אן ענליכן שפיל. דער קאמפיוטער איז ארויסגעקומען אין 1982 און האט אין אנהייב נישט געהאט צופיל ערפאלג. מיט'ן ארויסקום פון דעם לאוטוס 1-2-3 פראגראם האט זיך דער מצב דראסטיש געטוישט. לאוטוס איז געווען פיל בעסער אויסגעארבעט ווי וויזי-קאלק, און דאס האט געטריבן דער פארקויף פון דעם איי.בי.עם. פי.סי. אויף גאר הויכע נומערן. וויזי-קאלק האט נישט געקענט נאכפאלגן די פאבעסערונגען פון לאוטוס, און ביז אפאר יאר איז עס אראפ פון מארק.

מייקראסאפט עקסעל

רעדאַקטירן

ווידער האט זיך איבערגע'חזר'ט דעם שפיל ווען מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן דעם עקסעל פראגראם. מייקראסאפט האט דאס קודם געמאכט פאר דעם עפל מעקינטאש סיסטעם און דאס אנטוויקלט אויף גאר פארגעשריטן. מיט'ן ארויסגעבן דעם ווינדאוס 3.1 אפערעיטינג סיסטעם, האט מייקראסאפט אריבער געברענגט דעם עקסעל פראגראם צום איי.בי.עם. פי.סי. פלאטפארם. מיט'ן פאפולאריטעט פון דעם ווינדאוס פלאטפארם איז עקסעל געווארן שטארק אנגענומען. ביז לאוטוס איז אנגעקומען צו מאכן אן ענליכער פראדוקט פאר'ן ווינדאוס סיסטעם האט שוין מייקראסאפט געהאט אריינגעבינדען עקסעל מיט דעם גאר נוצבאר און פאפולערן מייקראסאפט אפיס סוויטע, א ריזן פארזאמלונג פון וויכטיגע אפיס פראגראמען וואס זענען זינט דעמאלס די מערסטע פאפולער פון די סארט פראגראמען אויף רוב קאמפיוטער סיסטעמס.

דער הויפט וועג וויאזוי מען באנוצט זיך מיט א ספרעדשיט פראגראם איז דורך אריינלייגן פארמיולעס וואס טוען זיך באציען צו אנדערע קעסטלעך און ווירקט א געוויסן חשבון לויט די אנווייזונגען.

יעדע קעסטל אין דעם ספרעדשיט האט אן אייגענעם אדרעס, לויט ווי עס איז פלאצירט, וואס איז צוזאם געשטעלט פון דעם עמוד און דער שורה. צ.ב.ש. דער ערשטער קעסטל אויפ'ן אויבערשטע שורה אויף לינקס האט אן אדרעס פון A1. צו רעכטס פון דעם איז B1, דערנאך C1, א.א.וו. די צווייטער שורה גייט עס A2, B2, C2, א.א.וו.

א פארמל איז א געוויסן קאוד וואס רעכנט צוזאם לויט די אנגעגעבענע קעסטל אדרעסן. צ.ב.ש. א פארמיולע A1+A2 וועט געבן אלץ רעזולטאט דעם טאטאל פון די צוויי אנגעגעבענע קעסטלעך.


היינטיגע ספרעדשיט פראגראמען

רעדאַקטירן

היינטיגע ספרעדשיט פראגראמען פארמאגן גאר שטארקע מעגליכקייטן און זענען פארעכנט כמעט אלץ אן אייגענעם פראגראמירונגס פלאטפארם. דער פראגראם האט די מעגליכקייט פון דורכפירן גאר קאמפליצירטע חשבונות. די פראגראמען ערלויבן א גרויסן צאל פונקציעס צו קענען טון אן א שיעור קאמפליצירטע רעכנונגען.

עטליכע פשוטע פונקציעס זענען ווי פאלגנד:

  •   - וועט געבן אלץ רעזולטאט דער דורכשניט פון די דרייסיג קעסטלעך פון A1 ביז A30.
  •   - וועט געבן דעם גרעסטן נומער פון די אנגעגעבענע קעסטלעך.
  •   - אויב A1 פארמאגט א נומער העכער הונדערט וועט דער רעזולטאט זיין פון דעם A1 קעסטל. אויב נישט וועט דער רעזולטאט זיין פון B1.

וועבלינקען

רעדאַקטירן