ספּאָנדזשבאָב סקווערפּענץ אדער שוואָמבאָב קוואַדראַטהויזן (ענגליש: SpongeBob SquarePants) איז אן אמעריקאנישע אנימירטע טעלעוויזיע סעריע וואס סטיווען הילענבורג האט געשאפן פאר ניקעלאָדיאָן. זי האט אנגעהויבן דעם 1טן מיי 1999. דער הויפט כאראקטער איז ספּאָנדזשבאָב סקווערפּענץ (געשפילט דורך טאָם קעני), א ים-שוואָם וואס וואוינט אין אן אַנאַנאַס אונטערן ים. ער איז א פּרעגלען קוכער וואס ארבעט אין א רעסטאראן מיטן נאמען "דער קראַסטי קרעפּס", וואס איז געראטן דורך א קרעפּס מיטן נאמען יודזשין קרעפּס (קלענסי בראַון). יודזשין קרעפּס לעבט אין אן אנקער מיט זיין טאכטער פּערל (לאָרי אַלען), וואס איז א וואלפיש. די ביידע זענען זייער גיריק און עגאיסטיש, דערפאר באקומט ספּאָנדזשבאָב באבקעס פאר געלט.

ספאנדזשבאב סקווערפענץ
SpongeBob SquarePants
www.spongebob.com
ספאנדזשבאב סקווערפענץ

ספּאָנדזשבאָב'ס גלעטלינג איז א פוילע רוילע מיטן נאמען גערי וואס זאגט כמעט נאר "מיאו". זיין בעסטער פריינד איז א ים-שטערן מיטן נאמען פּעטריק סטאַר (ביל פֿייגערבייק). ער איז זייער פשוט און נאריש און האט קיין ארבעט נישט. ער וואוינט אונטער א שטיין אויף דער זעלבער גאס ווי ספּאָנדזשבאָב. צווישן ספּאָנדזשבאָב און פעטריק וואוינט א טינטפיש מיטן נאמען סקווידווארד טענטיקלס (ראָדזשער באַמפּאַס). ער איז זייער אויפגעבלאזן און האלט זיך פאר א געבילדעטער חכם כאטש ער ארבעט מיט ספּאָנדזשבאָב ביי "דער קראַסטי קרעפּס" אלס א קאסירער. ער שפילט קלארנעט אבער גארנישט גוט און קיינער וויל אים הערן שפילן, וואס ער טאקע נישט קען פארשטיין. ער מאלט אויך עטלעכע בילדער וואס זענען נישט צו שלעכט.

אן אנדערער כאראקטער איז א ווערווערקע מיטן נאמען סענדי טשיקס (קאַראָלין לאָרענס), ווער איז א פריינדין פון ספּאָנדזשבאָב. זי קומט פון טעקסאס און איז זייער אינטעליגענט. זי וואוינט אין א גלאז שיסל געפילט מיט לופט כדי צו אטעמען. דער הויפט בייזער כאראקטער איז פּלאַנקטאָן (מיסטער לאָרענס). ער איז א קליינעס שטיקל פלאנקטאן וואס פירט זיין רעסטאראן "דער טשאַם באַקעט". ער פארזוכט אלעמאל גנבן די פארמעל פאר מיסטער קרעפּס'ס "קרעבי פּעטי", דער הויפט ציע-כוח פון "דער קראַסטי קרעפּס". פּלאַנקטאָן איז זייער אינטעליגענט און האט א קאמפיוטער עהפרוי מיטן נאמען קאַרען (דזשיל טעלי) געבויט כדי צו מאכן נאר וואס ער וויל. מיס פּאף איז א בלאזפיש וואס ארבעט אלס א לאטקע-פארן לערערין.