משיח ("דער געזאלבטער") איז דער טיטל מיט וואס מען רופט אן דער אויסלייזער און באפרייער פון א פאלק, אממערסטנס באנוצט ביי די מאנאטעישע רעליגיעס. אין תנ"ך, מיינט משיח א קעניג אדער א כהן גדול וועלכער איז געווארן געזאלבט מיט א ספעציעלן אויל. טייל מאל האבן אויך נישט אידן באקומען דעם טיטל משיח, ווי כורש, דער פערסישער קעניג, וועלכער ווערט אזוי אנגערופן אין תנ"ך אין צוזאמענהאנג מיט זיינע באשטייערונגען צום ווידעראויפבוי פונעם בית המקדש.

דער ארגינעלע באגריף פון משיח איז צוערשט געווען אנטוויקלט אין דער אידישער רעליגיע, און איז שפעטער אדאפטירט געווארן, אין אנדערע פארעמען, דורך אנדערע רעליגיעס. דער באדייט פון משיח איז אבער אין דער אידישער רעליגיע שארף אין קאנטראסט ווי די אין אנדערע רעליגיעס. לויט דער אידישער טראדיציע, איז משיח (אדער "מלך המשיח") א מענטש א ריכטיגער בשר ודם, אן אפשטאמיגער פון בית דוד, א פיזישער אייניקל פון דוד המלך און זיין זון שלמה. ער וועט קומען אויספירן זיינע פליכטן בלויז איינמאל אינעם צוקונפט. זיינע אויפטוהנגען וואס מען ערווארט פון אים רעכנט אריין, די פאראייניגונג פון אלע צוועלף שבטים, צוזאמנעמען אלע אידן קיין ארץ ישראל, אויפבויען דעם דריטן בית המקדש אין ירושלים, און ברענגען דער לאנג-ערווארטעטער שלום אויף דער וועלט מיטן אנהויב פון דער עפאכע פון ימות המשיח.

זעט אויך רעדאַקטירן

מוסטער:רעליגיע-שטומף