משה פייגלין
משה זלמן פייגלין (געבוירן חיפה פלשתינה ארץ ישראל כ"ט תמוז ה'תשכ"ב, 31סטן יולי 1962) איז א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי, און א וויצע־פארזיצער פונעם 19טן כנסת. ער איז דער פירער פון דער "יידישער פירערשאפט" איינהייט.
![]() | |
געבורט |
31 יולי 1962 (אלט 62) חיפה, ישראל ![]() |
---|---|
מדינה |
ישראל ![]() |
באשעפטיגונג |
פאליטיקער, זשורנאליסט ![]() |
ווייב | ציפורה פייגלין |
![]() ![]() |

ער איז א שטארק קעגנער פונעם אסלא אפמאך.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןמשה פייגלין איז געבוירן געווארן אין חיפה צו זיינע עלטערן יעקב צבי און אסתר. ער איז אן אייניקל פונעם בעל ה"תניא". ווען ער איז געווען א קינד האט זיך זיין משפחה געצויגן אין רחובות.
אין 2000 האט ער אויפגעשטעלט די "יידישער פירערשאפט" איינהייט אין דער ליכוד פארטיי.
משפחה
רעדאַקטירןמשה פייגלין און זיין ווייב צפורה האבן פינף קינדער.