משה זוועהילער
רבי משה פון זוועהיל זצ"ל ( - י' אייר ה'תקצ"א), מגיד אין זוועהיל.
פאך | רב |
---|---|
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי משה איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש, א זון פון רבי יוסף ספראוועדליווער, רב אין פיסטין, א זון פון רבי משה, רב אין זאווריש, און צו זיין מוטער מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פאפריש
ער איז געווען מגיד אין זוועהיל וואס איז נישט ווייט פון מעזריטש. און ער האט דארט געפירט זיין רבי'ש הויף, זייענדיג א שם דבר מיט זיין קדושה און טהרה. ער האט געהאט אריכות ימים און איז נפטר געווארן י' אייר תקצ"א אין זוועהיל.
זיין געשיכטע
רעדאַקטירןרבי משה איז געווען געווען פון א תלמיד פון הרב לוי יצחק פון בארדיטשוב, הרב מרדכי פון נעשכיז און פון דעם חוזה פון לובלין, נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער נישט געוואלט פירן קיין רביסטעווע, הערשט נאכדעם וואס זיינע רבי'ס האבן אים געדריקט איז ער געווארן מגיד אין מעזריטש, און נאכהער אין זוועהיל.
הסתלקות
רעדאַקטירןזיין פאמיליע
רעדאַקטירןרבי משה האט געהייראט מרת חיה סעריל א טאכטער פון הרב דוד ז"ק, רב אין גראביוויץ, א זון פון הרב אברהם ז"ק, רב אין שאגראד. זייערע קינדער:
- הרב יחיאל מיכל גאלדמאן פון זוועהיל.