מרדכי אניעלעוויטש
מרדכי אניעלעוויטש (ה'תרע"ט - ג' אייר ה'תש"ג) איז געווען דער אנפירער פון דער יידישע קאמף ארגאניזאציע (ŻOB זשאב) בײַם ווארשעווער געטא אויפשטאנד קעגן די נאציס טבת-ניסן תש"ג.
געבורט |
1919 פוילן |
---|---|
טויט |
8 מאי 1943 (אלט 24 בערך) וואַרשע געטא |
מדינה | פוילן |
מרדכי איז געבוירן אין אן ארימער פאמיליע אין ווישקאוו, פוילן.
זיין יוגנט האט ער פארברענגט אין ווארשע, וואו ער האט געלערנט אין א העברעישער שולע, זיין יידיש איז נישט געווען קיין גוטע. ער האט געלערנט געזעץ. ער איז געווארן אן אנפירער ביי דער ציוניסטישער באוועגונג השומר הצעיר.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין ווילנע, אבער האט זיך צוריק געקערט קיין ווארשע.
איידער דעם אויפשטאנד איז ער געווארן הויפט קאמאנדיר, פון דעם קאמיטעט וואס איז באשטאנען פון דער יידישער קאמף ארגאניזאציע. ער איז אומגעקומען דעם 8טן מיי (ג' אייר) 1943, ווען די בונקער פון די אנפירער איז געפאלן, אויף מילא אכצן.