מיכל זילבער
הרב יחיאל מיכל זילבער (געבוירן ח' תשרי ה'תש"ד, 7טן אקטאבער 1943) איז דער ראש ישיבה פון דער זוועהילער ישיבה אין ירושלים. אויך איז ער אן אויסגעצייכנטער מגיד שיעור, זיינע שיעורים אויפן דף היומי אין תלמוד בבלי זענען רעקארדירט אינעם ראם פון קול הדף און מען הערט זיי טויזנטער מאל. פריער איז ער געווען דער ראש ישיבה אין איתרי.
געבורט |
7 אקטאבער 1943 (אלט 81) ח' תשרי ה'תש"ד טבריה, בריטישער מאנדאט |
---|---|
מדינה | ישראל |
טעטיקייט ארט | ירושלים |
באלאנג | סלאנימער חסידים |
באשעפטיגונג | ראש ישיבה און מגיד שיעור פון דף היומי |
תלמידים | הרב אריאב עוזר, הרב יצחק מרדכי רובין |
חיבורים | לב ים, בים דרך, שיעורי היום |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין טבריה אין א משפחה פון סלאנימער חסידים, וואס האבן געוואוינט אין טבריה פון ווען רבי מענדעלע וויטעבסקער איז ארויף קיין ארץ ישראל. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה און איז געווארן א תלמיד פון דעם נתיבות שלום, און אויך אין דער סלאבאדקער ישיבה.
נאך דער חתונה איז ער אריבער וואוינען אין ירושלים. ער איז געווען א ראש ישיבה אין ישיבת איתרי און אין דער פרעשבורגער ישיבה. היינט איז ער ראש ישיבה אין זוועהיל און ער לערנט פאר אויך אין דער תפארת ישראל ישיבה וואס זיין איידעם הרב ישראל מאיר דרוק האט געעפנט. ער לערנט א פראגרא פון זיבן בלאט גמרא א טאג און אויך 18 פרקים משניות, אזוי מאכט ער יעדע יאר א "סיום" אויף גאנץ ש״ס.
ער האט געעפנט אין ירושלים אן אנשטאלט פאר חרדישע קינדער מיט לערנען־פעלער וואס הייסט לימודי ה'.
ווען מען האט געעפנט קול הדף אין די אנהייב 1980ער יארן האט ער אנגעהויבן רעקארדירן זיינע דף היומי שיעורים, וואס ער גיט ארויס מיט א שארפן ארויסרעד אן א קלארקייט. די שיעורים זענען סיי אויף יידיש סיי אויף העברעאיש און יעדער שיעור דויערט גענוי 60 מינוט; דער שיעור לערנט פאר די גמרא מיט הבנה אין דער סוגיא און מפרשים ווען פאסיג.
משפחה
רעדאַקטירןזיין איידעם איז הרב ישראל מאיר דרוק, ראש ישיבה פון תפארת ישראל.
זיין ברודער חיים זילבער איז געווען א זשורנאליסט פאר יום השישי מיטן פסעוודאנים ע' כספי און היינט איז ער דער פארזיצער פון דעם רוחניות קאמיטעט פון ראדיא קול חי. נאך א ברודער אלחנן זילבער וואוינט אין בארא פארק.
ספרים
רעדאַקטירןער האט געשריבן עטלעכע ספרים בעיקר אויפן סדר פון דער גמרא:
- לב ים - שיעורים אויף מסכתות אין ש"ס
- שיעורי היום - ביאורים אויף די ווערטער פון דער גמרא מיט ביאורים פון די אחרונים
- בים דרך - אויף הפטרות, פרשת השבוע און מאמר בריאת העולם
- טיפה מן הים - אויפן סדר פון די סדרות