מייקל סאסמאן איז א בירגעררעכט אדוואקאט נעבן קרית יואל וואס האט יארן לאנג פארטערטן די אינטערעסן פון די באקריוודעטע בני יואל ווי ר' יוסף וואלדמאן און ר' מאיר דייטש און נאך.

זיין אגענדע איז אלס ליבעראלער סעקולערער ייד זיך אייביג אננעמען פארן שוואכערע.

סאסמאן איז באוואוסט אלץ א שטייפער סוקסעספולער אדוואקאט וואס איז בייגעקומען ריזיגע אנשטאלטן אין פירמעס. זיין רייכע היסטאריע פון דערפאלג האט אים דערהויבן אלס פרעסטיזשפולסטער אדוואקאט אינעם ראיאן וואס חוץ זיין ברייטע וויסנשאפט אין געזעץ געניסט ער פון שטארקע רעספעקט ביי לאקאלע ריכטערס וואס הייבן זיך פון בענקל ווען ער ערשיינט אין געריכט זאל,

אנהייב זומער תשע"א, האט ער זיך פארלייגט אויף דעם סקווערער רבין שליט"א, און אנגעדייט אויף אים, אז ער איז אחראי אויף יעדן ווילדן אקט וואס האט פאסירט אינעם שטעטל סקווירא. ער האט פארלאנגט אכצן מיליאן דאלער, פאר קנס, און וויבאלד דער קליענט זיינער האט נישט געקענט שאפן פאר אים גענוג קראנטע באווייז צו זיינע ווערטער, האט ער זיך ארויסגעלאזט דערפון.

זעט אויך רעדאַקטירן