מוסטער רעדן:אפיציעלע פאליסי

תגובה אחרונה: פֿאַר 16 יאָר מאת יודל בנושא חוקים אדער פאליסי

חוקים אדער פאליסי רעדאַקטירן

היות איך זעה אז סטוט זיך א אומקלארקייט דערוועגן וויל איך פארשלאגען מען זאל ניצן די אידישע נאמען "געזעצן" --משגיח 19:25, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ער רעדט זיך סייווי נישט דורך סא לאזן מיר זעהן פארוואס ער עקשענט זיך.--יודל 19:33, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
געזעצן איז אויך גוט, אבער פאליסי איז נישט באקאנט פאר יידן וואס פארשטייען נישט ענגליש. ►רוני◄ 19:35, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
באמת איז געזעצען נישט די ריכטיגע אפטייטש פון פאליסי. א חוק איז א געזעץ און א פאליסי איז א פארשריפט. אפשר וואלט פארשריפט געווען בעסער. --משגיח 19:37, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
פארשריפט האט לכאורה גאר נישט צו טאן מיט געזעץ. ►רוני◄ 19:42, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
און קיין איין וויקי רופט מען דאס נישט געזעצן. פאליסי איז דער נייער ווארט פאר חוקים אויף א אינטערנעט קהילה דאס האט נישט געהאט פאר דעם א אידיש ווארט. חוקים איז געזעצן און זיי ענדעלן אפשר צו פאליסיס אבער פאליסי איז מער דומה צו פארשפריפטן ווי צו חוקים.--יודל 19:44, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
אין דער העברעישער וויקיפעדיע דורכט זיך אז מען רופט עס חוקי ויקיפדיה. דערפאר מיין איך אז חוקים אדער כללים איז גאנץ קלאר. משא"כ פאליסי איז א ווארט נאר אין דער ענגלישער שפראך. איינער וואס וווינט אין ישראל אדער אין אייראפע וועט נישט פארשטיין וועגן וואס מען רעדט. ►רוני◄ 19:52, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
די העבערישער וויקי איז אן אפגעפרעגטער מאדעל זיי בלאקירן רעכטס און לינקס זיי זענען א דיקטאטורשיפ, און אלע אנדערע וויקיס פירט זיך עס לויט א וועב סייט קהילה. מיט רעספעקט און לויט קאנסענסוס. א געזעץ מיינט אז מען איז א מדינה מיט פאליציי און ריכטער. וויקיפעדיע איז בעסער אז עס פירט זיך לויט קאנסענסוס דאס הייסט פארשריפטן און פאליסיס. א פאליסי איז א ווארט וואס מען באנוצט זייער שטארק אין שפראך און דאס איז א ווארט פאר זיך. פארשריפטן איז קען זיין נישט אזוי גוט ווייל עס הערט זיך ווי אנווייזונגן און נישט אזוי הארב דעריבער איז דער בעסטער מסקנה פאליסי ארץ ישראלדיגע אידן געוואונען זיך יא צו צו נייע ווערטער פונקט ווי די אמעריקאנע.--יודל 19:59, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ווייז נאך א פרעמדע שפראך וואס ניצט דאס ווארט פאליסי. ►רוני◄ 20:21, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

זיי האבן אן איבערטייטש אונז האבן אדאפטירט ענגליש. סאיז נישט קיין חידוש אז יידיש האט נישט קיין אייגענע ווערטער אונזער גאנצער שפראך איז גארנישט ארגינעל אלעס קומט אדער פון לשון קודש אדער פון אראמיש אדער פון דייטש, דאס קומט פון ענגליש פשוט דערפאר ווייל אין די לעצטע זעכציג יאר האט יידיש דאס מערסטע אדאפטירט פון ענגליש ווייל אויף קאמפיוטער שפראך וואס איז מאדערן האט יידיש שוין נישט גארנישט געהאט מיט דייטש צו אויפפיקן זייערע ווערטער.--יודל 20:25, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ווי אזוי שרייבט מען פאליסי אויף ענגליש? ►רוני◄ 20:33, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך קען נישט ענגליש בעסער ווי דיר. סארי.--יודל 20:36, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "אפיציעלע פאליסי" בלאט.