עפענען הויפטמעניו

לעאנהאַרד אוילער (דייטשיש: Leonhard Euler‏ ;15טן אפריל 170718טן סעפטעמבער 1783) איז געווען א שווייצער מאטעמאטיקער און פיזיקער. ער האט אנטפלעקט וויכטיגע רעזולטאטן אין פארשידענע פעלדער, פון קאלקולוס צו גראפן טעאריע. ער האט איינגעפירט א סאך פון דער מאדערנע טערמינאלאגיע און נאטאציע וואס מאטעמאטיקער ניצן היינט, איבערהויפט פאר מאטעמאטישן אנאליז, למשל דעם באגריף פון א פונקציע.[1] ער איז אויך בארימט פאר זיין ארבעט אין מעכאניק, פליסיקייט דינאמיק, אפטיק, און אסטראנאמיע.

לעאנהארד אוילער
Leonhard Euler
Leonhard Euler 2.jpg
געבורט 15 אפריל 1707
באזעל, שווייץ עריכת הנתון בוויקינתונים
טויט 18 סעפטעמבער 1783 (אלט 76)
פעטערבורג, רוסלענדישע אימפעריע עריכת הנתון בוויקינתונים
וואוינארט באזעל, פעטערבורג, פעטערבורג עריכת הנתון בוויקינתונים
לערנארט אוניווערסיטעט פון באזעל עריכת הנתון בוויקינתונים
דאקטאראט-מענטאר יאהאן בערנולי עריכת הנתון בוויקינתונים
פרעמיעס און פארערונג קאלעגע פון דער אמעריקאנישער אקאדעמיע פון קונסטן און וויסנשאפטן עריכת הנתון בוויקינתונים
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

לעבנסגעשיכטערעדאַקטירן

אוילער איז געווארן פראפעסאר פון פיזיק אין דעם פעטערבורגער אוניווערסיטעט אין 1731. צוויי יאר שפעטער ווען דניאל בערנולי האט אומגעקערט קיין באזעל, האט אוילער איבערגענומען זיין אמט ווי הויפט פונעם דעפארטמענט פון מאטעמאטיק.

אוילערס טעטיקייטןרעדאַקטירן

נומערן טעאריערעדאַקטירן

אוילר האט אנגעהויבן זיך אינטרעסירן אין נומערן טעאריע דורכן איינפלוס פון זיין חבר, כריסטיאן גאלדבאך. א חשובער טייל פון אוילערס ארבעט איז באזירט אויף דער ארבעט פיער דע פערמא. פון פערמאס צייט ביז אוילער האט קיין מאטעמאטיקער נישט פארשטאנען גוט די אומדערוויזענע השערות פון פערמא. אוילער האט דערוויזן א סך פון די השערות, האט אנטוויקלעט זיינע געדאנקען און האט אנטפלעקט מערערע נייע רעזולטאטן און אייגענע השערות.

אנאליזרעדאַקטירן

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. Dunham, William (1999). Euler: The Master of Us All. The Mathematical Association of America, 17.