קאארדינאטן: 38°53′22″N 77°03′01″W / 38.889444444°N 77.05027777°W / 38.889444444; -77.05027777{{#coordinates:}}: קו רוחב בלתי־תקין

דער לינקאלן געדענקמאל (ענגליש: Lincoln Memorial) איז א גרויסע געביידע וואס געפינט זיך אינעם 'נאציאנאלן מאל, אין וואשינגטאן די.סי., וואס איז געבויעט געווארן אין ערע און אנדענק פון דעם 16טער אמעריקאנער פרעזידענט אברהם לינקאלן. ס'איז פון די פאפולערסטע מאנומענטן אין די פאראייניגטע שטאטן.

הינטערגרונט

רעדאַקטירן

דער געדענקמאל איז געבויעט געווארן צו באערן דעם זעכצענטן אמעריקאנער פרעזידענט אברהם לינקאלן.

דער פרעזידענט איז ווי באקאנט דערשאסן געווארן סוף פונעם בירגערקריג, אין יאר 1865. צוויי יאר שפעטער האט קאנגרעס אוועקגעשטעלט א קאמיטע וועלכע זאל אוועקשטעלן א מאנומענט אין אנדענק פונעם פרעזידענט. צוערשט איז געבויעט געווארן א סטאטוע פון לינקאלן, אבער די  שיינע פרעכטיגע מאנומענט איז נישט געבויעט געווארן ביז אין יאר 1914, באלד פופציג יאר נאכ'ן פרעזידענט'ס אטענטאט, צוליב מיינונגס דיפרענצן און צוליב דער אנגייענדער ערשטע וועלט מלחמה.

אכט יאר שפעטער איז דער געדענקמאל פארענדיגט געווארן, און איז געעפנט געווארן מיט גרויס פאמפע, ביי א ראלי אין שפיץ פון פרעזידענט טעפט און פרעזידענט הארדינג, מיט דער באטייליגונג פון א געשאצטן ציבור פון פופציג טויזנט מענטשן.

די געביידע

רעדאַקטירן

אויף דער געביידע, וואס איז הויך 60 פיס און 60 פיס ברייט, געפינען זיך 36 קאלומס לויט וויפיל שטאטן עס איז געווען אין אמעריקע ווען לינקאלן איז אומגעברענגט געווארן.

אין דער געביידע געפינט זיך א מאסיווע סטאטוע פון לינקאלן, וואס איז ניינצן פיס הויך, קונצליך געשניצט פון ווייסע מארמארשטיין. אויף די ווענט זענען איינגעקריצט צוויי היסטארישע רעדעס, לינקאלנ'ס איינשווערונג-דרשה און איינע פון די באקאנטסטע דרשות אין אמעריקאנער היסטאריע, די געטיסבורג רעדע וואס ער האט געגעבן ביים ציווילן קריג.

דער געדענקמאל איז אפן פאר באזוכער 24 שעה א טאג, און מער פון 7 מיליאן מענטשן באזוכן דארטן יערליך.

די מאנומענט זעט זיך פראמינענט אן אויפ'ן אמעריקאנער פינף דאלאר ביל און פלעגט זיין אויף דער איין צענטיגער פעני מטבע.

היסטארישע געשעענישן

רעדאַקטירן
 

דער געדענקמאל איז דאס ארט פון פילע היסטארישע דרשות און ראליס וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן דארטן; צווישן אנדערע די היסטארישע "איך האב א חלום" דרשה פונעם פרייהייט-קעמפער מארטין לוטער קינג