לינדנבוים
דער לינדנבוים איז א געוויסער סארט בוים, וואס די בלעטער זענען אין פארעם פון א הארץ, און די בלומעלעך זענען א געלע קאליר פארשפרייט ווי א קרוין, און שמעקט גאנץ פיין.
דער בוים האט עטליכע נעמען; טערעסאַ בוים, טיליאַ.
אין צייטן פונעם בית המקדש, פלעגט דאס זיין א אפגאט ביי די געצנדינער, און ווען די תורה האט געשריבן לא תטע לך אשרה, מיינט עס נישט נאר דעם דאזיגן בוים, נאר אין אלגעמיין יעדער סארט בוים וואס ווערט געפלאנצט אויף דער ציל פון דינען עבודה זרה.