לייב גלאנץ
לייב (לייבעלע) גלאַנץ (1טן יוני 1898, קיעוו - 27סטן יאנואר 1964, תל אביב) איז געווען פון די בארימטע חזנים און קאמפאזיטארן. נאך דער חורבן אייראפע האט ער זיך געצויגן קיין ישראל וואו ער פלעג ציען מאסן צו הערן זיין חזנישע ערשטע סליחות.
געבורט |
1 יוני 1898 קיעוו, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
27 יאנואר 1964 (אלט 65) תל אביב-יפו, ישראל |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל |
יונגע יארן
רעדאַקטירןגלאנץ איז געבוירן אין יאר תרנ"ח אין קיעוו, אוקריינא, צו זיין פאטער ר' קלמן, דער בעל תפלה טאלנער שטיבל אין קיעוו פאר דרייסיג יאר צייט.
שוין אלס קינד פון אכט יאר, האט דער יונגער לייבל ארויסגעהאלפן זיין פאטער ביים עמוד.
אין 1926 האט ער פארלאזט אייראפע מיט דער כוונה אריבערציען אין ארץ ישראל, אבער צוערשט איז ער געפארן אין אמעריקע צו רעקארדירן זיין ערשטן אלבאם, און ער איז געבליבן דארט ביז נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.
חזנות
רעדאַקטירןגלאנץ איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר, און איז בארימט מיט זיין לייכטער און שנעלער קאלאראטור. באזונדער ווערט נאכגעזינגען זיין שטיקל "שמע ישראל" פון דער מוסף קדושה, וואס איז זייער א שיין און קונצליך שטיקל.
אין די דרייסיגער יאהרן האט ער געטוישט זיין הברה פון די אשכנזישע צו די ספרדישע\העברעאישע וואס מען נוצט אין ישראל.
עס איז מערקווירדיג אז זיין לעצטע קאמפאזיציע וואס ער האט מחבר געווען ביי זיין לעבן, איז געווען אויף קדיש.
ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן, און איז געווען דארט גאר פאפולער.
ער איז געשטארבן אום שבת שירה, תשכ"ד זייענדיג זעקס און זעכציג יאר אלט.
פאמיליע
רעדאַקטירןאין 1936 האט גלאנץ געהייראט מרים ליפטן. זיי האבן געהאט צוויי זין, קלמן און עזרא.
דיסקאגראפיע
רעדאַקטירן- אין כערכך
- פניני חזנות
- תפילת הסליחות
ביבליאגראפיע
רעדאַקטירן- דער מאן וואס האט גערעדט צו גאט אין ענגליש דורך זיין זוהן עזרא.
- זהרים
וועבלינקען
רעדאַקטירן- א שטיקל פון א לעקציע אין נוסח אויף ראדיא קול ישראל אין 1963 http://www.youtube.com/watch?v=Uf2q4elIa8o\
- זיין בארימטע קאמפאזיציע אויף תפלת טל http://www.youtube.com/watch?v=eW-B-FMjasE
- לייב גלאנצ'נס אלבאמען (ארכיווירט 20.06.2010 ביי דער Wayback Machine)