ליטאני טייך
די ליטאני איז א טייך אין לבנון, וואס לויפט אין לבנון טאל, און אין דרום טייל פון לאנד. זי איז לאנג 170 קילאמעטער, און דינט אלס איינע פון די וויכטיקסטע זיסע וואסער קוועלער אין לבנון. ווען דער טייך קומט אן צו דרום לבנון, דרייט זי זיך צו מערב, וואו זי פליסט אריין אין מיטלענדישן ים, צפון פון צור. דער טייך קומט אן פיר קילאמעטער ווייט פון ישראל, אויף די נאנסטע טייל, צפון פון קרית שמונה און מטולה, אויף דער לעבאנעזער זייט, אין א שטאט וואס הייסט מארזש איון, דארט דרייט זיך די ליטאני; דער דריי ווערט גערופן די קני.
דער ליטאַני נאָנט צום גרענעץ מיט ישראל | |
לאקאציע | |
---|---|
לענדער | לבנון |
אייגנשאַפֿטן | |
לענג | 140 קילאמעטער |
קוואל | באלבעק |
דורכשניטלעכער אויסגאס | 29 מ3 א סעקונדע |
דרענאזש בעקן | 1,940 קוואדראט קילאמעטער |
לעפצונג | מיטלענדישער ים |
לענדער אין דרענאזש בעקן | לבנון |
די לבנונע האבן אויפגעשטעלט א רעזערוואר, און א וואסער דאמבע, אין דער ענדע 1950ער יארן, אנהייב 1960ער יארן פארן באנוץ פון דעם וואסער. דאס איז אין דעם טאל, ווען עס קומט אן צום "קני", לעבן באפאר פעסטונג. אין דרום לבנון ווי עס לויפט צום ים, איז עס ווייט געווענליך 29 קילאמעטער, פון די גרענעץ מיט ישראל. אין אראביש ווערט די דרום טייל גערופן על קאסמיע.
אין היסטארישע צייטן
רעדאַקטירןעס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען, אויב יידן אין די צייטן פון יהושע בן נון, זענען אנגעקומען צו דעם טייך, די יידן פון צור האבן זיך געהאלטן אלס טייל פון ארץ ישראל, און האבן געהאלטן בלויז איין טאג יום טוב.
דער בריטישער מאנדאט האט ביי דער ערשטער וועלט מלחמה פארשפראכן אין באלפורס דעקלאראציע צו געבן פאר די יידן א נאציאנאל היימלאנד. די סייקס-פיקא פארשטענדעניש, האט אבער געגעבן ברייטע טעריטאריעס פאר פראנקרייך, אין גליל, און דער טייך איז אריבער צום פראנצויזישן מאנדאט.
איבער די יארן צווישן דער ערשטער וועלט מלחמה און דער צווייטער וועלט מלחמה, זענען געווען מערערע פלענער, איבער אריינרעכענען דעם טייך אינערהאלב ארץ ישראל גרענעצן. די ציוניסטישע באוועגונג, מיט חיים ווייצמאן בראש, האבן פארגעשלאגן זייער פלאן פאר בריטאניע, אז די יידישע מדינה וועט אריינרעכענען די טייך אין אירע גרענעצן.
לויד דזשארדזש, פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע, האט באשלאסן צו גיין לויטן תנ"ך, וואס רעכנט די ישראל גרענעצן פון דן ביז באר שבע, און די טייך איז געווארן אויסגעשלאסן פון ישראל.
נאכן זעלבסטשטענדיקייט פון ישראל
רעדאַקטירןדוד בן גוריון, און משה דיין, האבן געהאט פלענער איינצונעמען דעם טייך, וואס האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט.
ווען ישראל האט געבויט די וואסער ליניע פון כנרת, צו דעם נגב. איז געווארן אנגעשטרענגט די סיטואציע צווישן ישראל, מיט סיריע און לבנון. דווייט דעיוויד אייזנהאוער, פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט געשליכטעט דעם געפעכט, מיט א שליח, וואס זאל בארואיגן די געמיטער. ישראל האט פארגעלייגט א פלאן, וואס וועט פארבינדן דעם ליטאני, צו די אזערעס וואס פארבינדן צום ירדן טייך. דער פלאן איז אויסגערינען, און גארנישט איז פון דעם געווארן.
ביי דער ליטאני אקציע, איז ישראל אנגעקומען צום טייך, פארטרייבענדיק די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע צו דער אנדערער זייט טייך, און דערנאך איבערגעגעבן קאנטראל אין דער געגנט צו די קריסטליכע מיליציעס.
אין דער ערשטער לבנון מלחמה, האט ישראל איינגענומען דעם טייך, אריינרעכנדיק די רעזערוואר, און ביז 1985, האט צה"ל געהאט גאנצע קאנטראל אויפן טייך, אבער דערנאך האט צה"ל צוריקגעצויגן, צו דער זיכערהייט זאנע, און נאר די געגנט פון דעם "קני" אין מארזש איון, זענען געווען אונטער צה"ל אויפזיכט. צד"ל איז געווען פאראנטווארטלעך פאר דער זיכערהייט אין די געגנט.
די אראבישע וועלט האט עטליכע מאל געמאלדן, אז ישראל פארדרייט דאס וואסער, ווייל זיי ווילן עס זאל אנקומען צום ירדן טייך, עס האט זיך שטענדיק ארויסגעשטעלט אלס פאלש, און אומריכטיק.