ליבידא
ליבידאָ אין זיין געוויינטלעכער באַניץ מיינט דאס סעקסואלער רייץ און גלוסט; אָבער, אין איר מער טעכנישער דעפיניציע, וואס געפינט זיך מייסטענס אין די ווערק פון קארל יאנג, איז דאס אַלגעמיין באצויגן צו דער פרייער שעפערישער-אָדער פּסיכיש-ענערגיע פון אַ יחיד וואס ער אינוועסטירט זיך צו פּערזענלעך אנטוויקעלן אָדער אינדוויזשליזירן.
היסטאריע פון דער באַגריף
רעדאַקטירןזיגמונד פרויד האט פּאַפּואַלעזירט דעם טערמין און דעפענירט לאַבידאָו ווי די אינסטינקט ענערגיע אָדער קראפט, זייענדיג אין וואָס פרויד האט אנגערופֿן דער איד, עגאָ און סופּערעגאָ, די מערסטענס אומבאוויסטען סטרוקטור פון די פּסיכיק.
פרויד האט באטאנט אז די ליבידישע גייסטן קענען זיך ראנגעלן מיט די אנגענומענע מידות פון א ציוויליזירטער אויפירונג וואס איז רעפּראַזענטירט אין דער פּסיכיק פון דעם סופּערעגאָ.
עס איז דעם ווילן פונעם יחיד צו זיך צושטעלן צום געזעלשאַפט און קאָנטראָלירן די לאַבידאָו וואס פירט צו שפּאַנונג און גערודער אין אים'ען, ערוועקענדיג דאס נוצן פון די עגא דיפענסיעס צו פארשפרייטן און אפשטילן די פּסיכיש ענערגיע פון די נישט-ערגרייכענדע צילן אין אנדערע פאָרעמעס. דאס איבעריקע נוצן פון עגא דיפענסיעס טוט רעזולטירן אין ניאוראָסיס. דער הויפט ציל פון פּסיכאָאַנאַליז איז צו ברענגען דעם שטופ-קראפט פון די שיין (איד) אריין אינעם מענטש'ס באוויסטזיין, ערלויבנדיג זיי צו טרעפן דירעקט און אַזוי ארום צו רעדוצירן דעם פאציענט'ס צוטרוי אויף די עגא דיפענסיעס.