דעם 6טן מערץ 2008 איז אַ באַװאָפֿנטער פּאַלעסטינער אַרײַן אין בית מדרש פֿון מרכז הרב (דעם רב קוק ישיבה) אין ירושלים און געהרגעט 8 יונגע תלמידים און פֿאַרװוּנדעט 15. דער אטענטאט האט געטראפן נאך א לאנגער צייט וואס איז נישט פארגעקומען קיין טעראר אטאקעס אין ירושלים.

הנצחה פון ישיבת מרכז הרב

דער אטענטאט רעדאַקטירן

דער טעראריסט "אלא אישאם אבו דיים" א 25 יעריקער פון דזשאבעל מוקאבער האט זיט אריינגעריסן 20:40 א זייגער אין דער ביבליאטעק פון דער מרכז הרב ישיבה, דערהרגעט 8 תלמידים און פארווונדעט 15 אנדערע. אין 20 מינוט ארום איז דער טעראריסט דערשאסן געווארן דורך א ישיבה גראדואנט, קאפיטאן דוד שפירא, וואס וווֹינט נעבן דער ישיבה.

אונטער דעם טעראר איז געשטאנען על אקסא מארטירער בריגאדע פון דעם פאטאך און חופשיי הגליל (די גלילס אויסלייזער) ארגאניזאציע.


די קרבנות רעדאַקטירן

די געהרגעטע זענען:

  • נריה כהן
  • שגב פניאל אביחיל
  • יונתן יצחק אלדר
  • אברהם דוד מוזס
  • יוחאי ליפשיץ
  • יונדב הירשפלד
  • רועי אהרון רוט
  • דורון מהרטה