יעקב צבי האלבערשטאם
רבי יעקב צבי האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ו – ה'תש"ג), רב אין סוכא.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יעקב צבי איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ו (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם, רב אין טשחויוו, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב יעקב צבי רבי פון פאריסאוו.
רבנות
רעדאַקטירןרבי יעקב צבי איז געווען רב אין סוכא, אויף דעם פארלאנג פון זיין פאטער האט ער געגרינדט די ישיבות "דברי חיים" אין קראקא, סוכא און קשאנאוו.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי יעקב צבי איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
רעדאַקטירןאין יאר ה'תרע"ד האט רבי יעקב צבי געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב אלעזר ראזענפעלד, פון אושפעצין, אן איידעם פון צאנזער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים האלבערשטאם הי"ד.
- מרת דבורה.
- מרת סימא.
- הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
- הרב אשר האלבערשטאם.
- הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר