יחיאל אשכנזי
רבי יחיאל אשכנזי זצ"ל ( - ז' טבת ה'תק"ם) איז געווען אן איידעם פונעם בעל שם טוב.
בן/בת זוג | אדל |
---|---|
אפשטאם
רעדאַקטירןס'איז זייער וויניג באקאנט איבער דעם ביאגראפיע פון רבי יחיאל, ס'איז אנגענומען ביי חסידים אז רבי יחיאל איז געקומען פון דייטשלאנד קיין פאדאליע, דערפאר האט מען אים גערופן "דער דייטשל".
אין ספר בוצינא דנהורא פון זיין זון רבי ברוך'ל איז פארהאן א בריוו וואס רבי ברוך'ל שרייבט זיך אוֹנטער בן רבי יחיאל "מיכל" אשכנזי.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי יחיאל האט געהייראט מרת אדל די טאכטער פון בעש"ט. זייערע קינדער:
- מרת פייגא די מוטער פון רבי נחמן פון ברעסלאוו (ה'תקל"ב - י"ח תשרי ה'תקע"א),
- רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו (ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס) פון סודילקאוו, דער דגל מחנה אפרים
- רבי ברוך פון מעזשביזש (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב)