ר' יוסף יצחק זאב קאלקאווסקי (געווען באקאנט אלס זשאוסעף קאלקאווסקי) איז רב הצעיר פון בית מדרש ד'ווייט לייק אין ניו יארק, אונטער דער נשיאות פון הרה"ג רבי שמואל יוסף פישביין היינט צוטאגס. ער איז אויך א טשאפלין אין א תפיסה אין פענסילוואניא און אויך אין א שפיטאל אין ראקלאנד קאונטי. ער רופט זיך אן אב"ד קאבלענץ היינט צוליב ער איז אן איינעקל פון דעם בעל חוות יאיר, ווער איז געווען רב אין קאבלענץ, און ער רופט זיך דעם קהילה אין די תפיסה "ק"ק חוות יאיר ד'קאבלענץ".
איציק אלס בחור מיט זיין רבין ר' משה וויינבערגערהרב קאלאקאווסקי מיט גאווערנאר טאם וואלף פון פענסילוואניא חנוכה תשע"ט
ער איז געווען רב אין קהילת קול אמת - א יאנג איזראעל שול - א פאר יאר. ער איז אויך געווען רבי פון מוסדות נחלי אמונה ד'ריטשמאנד אין ווירזשיניע.
אויך באקאנט אלס איציק קאלקאווסקי, ער איז געבוירן צו זיין אידישער מאמע אין לאנג איילאנד, און אלס קינד זיינע עלטערן האבן געצויגן אין א קליין דערפל קאליקון, א האלבע שעה אוועק פון מאנטיסעלא אפסטעיט ניו יארק. זיין טאטע איז א באקאנטער פאליציימאן אין דער געגנט וואס אלע אידישעקאנטרי'ס און קעמפ'ס קענען זייער גוט.
נאך דעם, ר' יצחק זאב האט געלערנט אין ישיבת אור שמח און ירושלים, און דארט האר ער געהאט א שטארקער קשר מיט א סאך אדמורי"ם, און נאך דעם האט ער געלערנט און ישיבת בית מדרש לתלמוד און קווינס און דארט איז ער בקומען הוראה.