יאזעף סטאלין

(אַריבערגעפֿירט פון יאסיף סטאלין)

יאסיף וויסאריאנאוויטש סטאלין (רוסיש: Иосиф Виссарионович сталин) (כ"ב כסליו ה'תרל"ט ; 18טן דעצעמבער 1878 אין גארי, גרוזיע - י"ח אדר ה'תשי"ג ; 5טן מערץ 1953), געבוירן יאסעב בעסאַריאניס דזשע יוגאַשווילי, איז געווען א גרוזישער פאליטיקער וואס איז געווארן דער צווייטער געוועלטיקער אויף דעם סאוועטן פארבאנד צווישן די יארן פון ארום ה'תרפ"ב ; 1922 ביז זיין שטארבן אין יאר ה'תשי"ג ; 1953. ער האט איבערגענומען די פֿירערשאפֿט פונעם סאוועטן פֿארבאנד פון וולאַדימיר לענין. זיין מאדע פון הערשאפט ווערט היינט גערופן סטאליניזם.

יאזעף סטאלין
იოსებ ბესარიონის ძე ჯუღაშვილი
JStalin Secretary general CCCP 1942.jpg
געבורט 9 דעצעמבער 1879 (יוליאניש)
גארי, טביליסי גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 מערץ 1953 (אלט 73)
קונצעווא דאטשע, מאסקווע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, רעוואלוצינער, פארפאסער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
סטאלין דינאסטיע
פאטער בעסאריאן דזשוגאשווילי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוטער קעטעוואן געלאדזע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg
יאזעף סטאלין

ער ווערט פארעכענט פון די גרעסטע מערדער אין דער מאדערנער וועלט, אינאיינעם מיט היטלער, אונטער זיין רעזשים זענען געהרגט געווארן איבער צוואנציג מיליאן מענטשן.

ביז 1937 האט ער שוין געהאט פיר דאטשעס, איינער נישט ווייט פון סאטשי.

סטאלין האט אינוואדירט פוילן אום 18טן סעפטעמבער 1939. דערנאך, ביי דער צווייטער וועלט־מלחמה, האט ער געמאלדן נייטראלקייט, אבער האט אונטערגעחתמ׳עט א שלום־אָפמאַך מיט אדאלף היטלער, פירער פון נאצי דייטשלאנד. ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט דעם סאוועטן־פארבאנד האט סטאלין געפירט א בלוטיקע קריג. נאך דער מלחמה האט סטאלין גענומען קאנטראל פון גאנץ מזרח-אייראפע, איינשליסנדיג דעם מזרח טייל פון דייטשלאנד, וואו ער האט אויפגעשטעלט א רייע מארקסיט־לעניניסטישע איין־פארטיי שטאַטן. אזוי האט ער למעשה געהערשט איבער גאנץ מזרח־אייראפע און האט געמאכט דעם סאוועטן־פארבאנד פאר א סופערמאכט.

וועבלינקעןרעדאַקטירן