יונית לוי

ישראלדיקע זשורנאליסטקע און טעלעוויזיע פערזענלעכקייט
(אַריבערגעפֿירט פון יאניט לוי)


פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:אישיות

פאראמעטערס [ בן/בת זוג ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע

פרמטרים ריקים [ 1 ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע

יונית לוי
געבורט 12 יולי 1977 (אלט 46)
כ"ו תמוז ה'תשל"ז
תל אביב-יפו, ישראל מאן=עידו ראזנבלאם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג עידו ראזנבלאם
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יונית לוי אין 2008

יונית לוי (יאָניט לוי; געבוירן דעם 12טן יולי 1977) איז אן ישראלדיקע טעלעוויזיע נייעס פרעזענטארשע און זשורנאליסטקע. לוי איז באקאנט אלס די הויפט און העכסטע נייעס רעפארטערין אין ישראל.

ערשטע לעבן רעדאַקטירן

לוי איז געבוירן געווארן אינעם פראנצויזישע בערגל געגנט פון ירושלים אין אן אשכנזישע יידישע משפחה. איר פֿאָטער יורם איז געבוירן געווארן אינעם סאוועטן פארבאנד און איר מוטער נעמי אין רומעניע. זי האט געוואוינט מיט אירע עלטערן אין שיקאגא פאר א טייל יאר, וואו זי האט געלערנט אינעם בערנארד זעל אנשי אמת שולע.

מעדיע קאריערע רעדאַקטירן

היינט איז יונית לוי די הויפט נייעס פרעזענטארשע פון די צענטראלע אויפלאגע פון דער קשת 12 קאנאל (און געוועזן רשת 13) וואס ווערט פראדוצירט דורך דער ישראלישער נייעס פירמע (טראנסמיטירט אויף קאנאל 2 ביז אקטאבער 2017). נאך ענדיקן איר מיליטער דינסט אלס פרעמדע נייעס רעדאקטארין פאר גלי צה"ל האט לוי מיטגעגאנגען די ישראלישע טעלעוויזיע נייעס פירמע אין 1998. אין 2002 האבן די פריערדיקע פרעזענטארן יעקב אילון און מיקי חיימאוויטש איבערגעקליבן זיך צו קאנאל 10, און ביים עלטער פון 25 איז לוי דערוויילט געווארן אלס די פרעזענטארשע פון דער פריים טיים נייעס פראגראם אויף קאנאל 2. ווען איר צווייטיקער פרעזענטאר האט רעזיגנירט א טייל יאר שפעטער איז זי געווארן די ערשטע פרוי אין ישראל וואס איז נאמינירט געווארן אלס די איינצלנע פרעזענטארשע פון א פריים טיים נייעס פראגראם אויף א קאמערציעלער קאנאל. אויך האט זי געדינט אלס די ארענע רעפארטערין פאר אינטערנאציאנאלע געשעענישן ווי די יאפאנישע צונאמי קאטאסטראפע, די פרעזידענט וואלן פון די פאראייניקטע שטאטן און קריגן אין עזה. אונטער לוי'ס אנפירשאפט האבן די פריים טיים נייעס אויף קאנאל 2 געבליבן די מערסט געוואכטע ישראלישע טעגלעכע פראגראם.

אין יאנואר 2008 האט לוי געפירט אן אינטערוויו מיט פאראייניקטע שטאטן פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אין דאס ווייסע הויז, און באראק אבאמא אין יולי 2010.

אין 2015 האט לוי געפירט א זעלטנע אינטערוויו מיט דער אמעריקאנער זשורנאליסט טשארלי ראז פון PBS מיט פערזענלעכע מיינונגען וועגן אקטועלע געשעענישן אין ישראל.

משפחה רעדאַקטירן

אין אקטאבער 2011 האט לוי חתונה געהאט אין תל אביב מיט עידו ראזנבלום, אן ישראלדיקער סצענאר שרייבער, רעזשיסאר און אקטיאר. זיי האבן דריי קינדער.

וועבלינקען רעדאַקטירן