יאַכט (שטאמט פון פלעמיש) איז א קליין שיפל וואס מ ניצט אויף פארוויילונג און אויף שפאצירונג אין דער ים. אזעלכע יאכטן פארן אויף זעגלען און אזעלכע אויף מאטארן.

יאכט
www.teamyacht.com

זעגל־יאכטן רעדאַקטירן

 
CS30, א זעגל־יאכט

א זעגל־יאכט קען זיין לאנג פון 6 מעטער ביז העכער פון 30 מעטער. רוב פריוואטע יאכטן זענען לאנג פון 7 ביז 14 מעטער - ס'איז זייער טייער סיי צו בויען סיי צו האלטן א לענגערן יאכט.