טראַנסניסטריע, טראַנס־נעסטער אָדער בײַ-דנעסטריע איז א געגנט אין מאלדאווע וואס האט אויסגערופן אומאפהענגיקייט אין 1990.


נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה איז טראנסניסטריע געווען א טייל פון דער אוקריינישער סאוועטער רעפובליק. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט דייטשלאנד געשאנקען דעם געגנט פאר רומעניע, אלס דאנקבארקייט פאר רומעניעס אנשליסן זיך, אינעם קאמף קעגן רוסלאנד.

ביים חורבן

רעדאַקטירן

פאר דער מלחמה האבן געוואוינט אינעם געגנט, אריבער א פערטל מיליאן יידן, און צענדליקע טויזנטער זענען אומגעקומען, דורך די איינזעצגרופעס און די ווערמאכט. ביז פרילינג 1943 זענען מער פון העלפט אומגעקומען, דורך נאציס און אוקראינישע קאלאבארירער.

דער רומענישער דיקטאטאר, יאן אנטאנעסקא, האט פארטריבן 150,000 יידן פון מאָלדאָווע, בעסאַראַביע און בוקאווינע, קיין טראנסניסטריע, וואו די יידן זענען קאנצעטרירט געווארן אין געטאס און ארבעטס לאגערן, 90,000 יידן זענען געשטארבן פון הונגער, קעלט, און קרענק, דערנאך איז הילף פון יידישע ארגאניזאציעס אין רומעניע, אנגעקומען צו די יידן, און האבן אסאך געהאלפן צו די לעבנס געבליבענע.

דרויסנדיגע לינקען

רעדאַקטירן