טיטראַציע אָדער טיטרירונג (ענגליש: "titration", דײַטש: "Titration"\"Titrierung") איז אַ שיטה אין אנאליטישער כעמיע מיט וואָס מען קען מעסטן דעם כמות פֿון אַ פּרעפּאַראַט אָדער אַן עלעמענט אין א כעמישער מישונג.

מען איז מוסיף א מאסצעפירונג (ענגליש: "titrant"/titrator", דייטש: "Masslösung"/"Maßlösung") פון א בירעטע (ענגליש: "burette", דייטש: "Bürette") צו דער פראבעצעפירונג כדי צו לאזן א כעמישע רעאקציע פארצוקומען. אז די מאסצעפירונג און די פראבעצעפירונג זענען ביידע בלאס ניצט מען אפט אן אינדיקאטאר. דאס פארענדערט די פארב פון דער צעפירונג. די דאזיגע פארב וועט געענדערט אז די רעאקציע דערלאנגט דעם סוף. מען ווייסט די קאנצענטראציע פון דער מאסצעפירונג אבער נישט פון דער פראבעצעפירונג.

א ביישפיל פון ווען מען קען אפשר ניצן די דאזיגע שיטה איז ווען מען דעם אלקאליאינהאלט (ענגליש: "alkali content", דייטש: "Alkaligehalt") אלס נאטריומאקסיד (ענגליש: "sodium oxide" דייטש: "Natriumoxid" אפט אלס "Na2O" געשריבן.) אין נאטריומסיליקאט (ענגליש: "sodium silicate", דייטש: "Natriumsilikat"/"Natriumsilicat" אפט אלס "Na2SiO3" געשריבן.) מעסט. מען איז מוסיף א באוווסטעם כמות פון Na2SiO3 אין א בעכערגלאז און איז מוסיף עפעס וואסער דערצו. מען איז מוסיף עפעס מעטילאראנזש (ענגליש: "methyl orange", דײַטש: "Methylorange", פראנצייזיש: "méthylorange") כדי צו געבן דער צעפירונג א געלע פארב. דאן איז מען מוסיף שוועבלזייערס (ענגליש: "sulphuric acid"/"sulfuric acid", דייטש: "Schwefelsäure"), מיט א באוווסטער קאנצענטראציע, אלס די מאסצעפירונג צו דער פראבעצעפירונג ביז די פארב בלייבט אראנזש.

מען קען אויך למשל אלומיניום אלס +Al3 אין א פרעפאראט פון פאליאלומיניומכלאריד (ענגליש: "polyaluminium chloride", דייטש: "Polyaluminiumchlorid" אפט אלס "PAC" געשריבן) מעסטן אז מען איז מוסיף א באוווסטעם כמות פון PAC אין א בעכערגלאס. מען איז מוסיף וואסער און זייערס צו דעם בעכערגלאס. מען איז מוסיף א באוווסטעם כמות פֿון טראנס-ציקלאהעקסאן-1,2-דיניטרילאטעטראעסיקזייערס (ענגליש: "Cyclohexylenedinitrilotetraacetic acid1,2", דייטש: "trans-Cyclohexan-1,2-"dinitrilotetraessigsäure אפט אלס "CDTA" געשריבן.) מיט א באוווסטער קאנצענטראציע. דאס איז די רעאגענצצעפירונג אין דער דאזיגער רעאקציע. מען איז מוסיף עפעס קסילענאלאראנזש (ענגליש: "xylenol orange", דײַטש: "Xylenolorange") צעפירונג וואס גיט דער פראבעצעפירונג א ליכטיקע געלע פארב. מען איז מוסיף עפעס העקסאמעטילענטעטראמין (ענגליש: "hexamethylenetetramine", דייטש: "Hexamethylentetramin") כדי צו ברענגען דעם פ.ה.-ווערט (ענגליש: "pH value", דייטש: "pH-Wert") צו בערך 5. דאן איז מען מוסיף צינקסולפאט (ענגליש: "zinc sulphate", דייטש: "Zinksulfat" אפט אלס "ZnSO4"), מיט א באוווסטער קאנצענטראציע, אלס די מאסצעפירונג צו דער פראבעצעפירונג ביז די פארב בלייבט לילא און גייט נישט צוריק צו געל. די CDTA האט א רעאקציע מיט די +Al3 יאנען אין דער פראבעצעפירונג אבער עפעס CDTA בלייבט וואס האט נישט געהאט א רעאקציע. די +Zn2 יאנען פון דעם ZnSO4 האבן א רעאקציע מיט דער געבליבנער CDTA. אז מען ווייסט וויפיל ZnSO4 מען איז מוסיף קען מען דעם כמות פון אלומיניום אין דער פראבעצעפירונג געפינען. דאס איז א ביישפיל פון א ריקטיטראציע (ענגליש: back titration", דייטש: "Rücktitration") ווייל די מאסצעפירונג מיט דער אומרעאגירטער רעאגענצצעפירונג רעאגירט און נישט מיט דעם PAC.

עס זענען פאראן עטלעכע זגאלן פון טיטראַציעס וואס זענען נוגע ספעציפישע כעמישע עלעמענטן ווי צום ביישפיל ארגענטאמעטריע (ענגליש: "argentometry", דייטש: "Argentometrie"), וואס הייסט אז די פראבעצעפירונג האט זילבער אטאמען אדער יאנען. נאך א ביישפיל איז כלארימעטריע (ענגליש: "chlorimetry", דייטש: "Chlorimetrie"), וואס הייסט אז די פראבעצעפירונג האט כלאר אטאמען אדער יאנען. א גוטעס ביישפיל פון די דאזיגע צוויי זגאלן איז אז מען מעסט דעם גראד פון כלאריד אין וואסער. מען איז מוסיף א באוווסטעם כמות פון וואסער און עפעס זאלפעטערזייערס (ענגליש: "nitric acid", דייטש: "Salpetersäure" אפט אלס "HNO3" געשריבן), א באוווסטעם כמות פון זילבערניטראט (ענגליש: "silver nitrate", דייטש: "Silbernitrat" אפט אלס "AgNO3" געשריבן), מיט א באוווסטער קאנצענטראציע צו אן ערלענמייערקאלבען (ענגליש: "erlenmeyer flask", דײַטש: "Erlenmeyerkolben"). מען איז מוסיף עפעס אייזן(III)-ניטראט (ענגליש: "Iron(III)-nitrate", דייטש: "Eisen(III)-nitrat" אפט אלס "Fe(III)-(NO3)3" געשריבן) אלס אינדיקאטאר און עפעס דיבוטילפטאלאט (ענגליש: "dibutylphthalate", דײַטש: "Dibutylphthalat") כדי צו העלפן זאמלען די זילבערכלאריד (ענגליש: "silver chloride", דײַטש: "Silberchlorid" אפט אלס "AgCl" געשריבן) מאלעקולן. דאן איז מען מוסיף די מאסצעפירונג אמאניומטיאסיאנאט (ענגליש: "ammonium thiocyanate", דײַטש: "Ammoniumthiocyanat") ביז די פארב בלייבט לייכט רויט.