שמואל עהרנפעלד

(אַריבערגעפֿירט פון חתן סופר)

הרב שמואל עהרנפעלד (ה'תקצ"ה - א' אב ה'תרמ"ג) איז געווען דער אב"ד פֿון מאטערסדארף און מחבר פונעם ספר חתן סופר.

חתן סופר.jpg

ערשטע יארןרעדאַקטירן

שמואל עהרנפעלד איז געבוירן אין פרעשבורג אום תקצ"ה צו זיין פאטער הרב דוד צבי עהרנפעלד און זיין מוטער הינדל, א טאכטער פונעם חתם סופר. ער איז געווארן אן איידים ביי ר' בונם פאשקעס.

רבנותרעדאַקטירן

ר' שמואל האט געהאט עטלעכע רבנות שטעלעס. אום תרל"ז האט ער אויפגענומען דאס רבנות פון מאטערסדארף, וואס איז געווען די ערשטע שטעלע פון זיין זיידן דער חתם סופר.

ער איז אוועק יונגערהייט צו 48 יאר, און ער ליגט אינעם בית עולם פון מאטערסדארף.