חיים לייביש ראטענבערג איז דער רב און רבי אין קהילת נצח ישראל, אין דער פארשעי געגנט, מאנסי, ניו יארק. ער איז אויך באקאנט אלס קאסאן פארשעי, זייענדיג א זון פון דעם קאסאנער רבי ז"ל.

ביאגראפיע רעדאַקטירן

רבי חיים יהודה לייביש ראטענבערג איז א זון פון מנחם ישראל הלוי ראטענבערג, דער קאסאנער רבי, און אן איידעם ביי חיים שלמה ראטענבערג פון קאזעווע.

זיינע ברידער זענען אויך רבי'ס, ווי דער קאסאנער רבי פון לינדען/בארא פארק, לעיקוואוד, לאנדאן און נאך.

דער רבי פירט היינט די קאסאן פארשעי קהילה אין דער פארשעי געגנט אין מאנסי, ניו יארק. פאר עטליכע יאר האט דער רבי געהאט א ישיבה גדולה.

בית המדרש נצח ישראל רעדאַקטירן

דער בית המדרש איז געעפנט געווארן דורך זיין שווער, רבי חיים שלמה ראטענבערג, אין יאר ה'תשמ"ו. ווען דער איידעם רבי חיים לייביש שטייט צו זיין רעכטער האנט מיט סיי וואס עס האט אויסגעפעלט.

ווען זיין שווער איז נפטר געווארן האט ער איבערגענומען די הנהגה פון דער שול.

היסטאריע רעדאַקטירן

  • שמיני עצרת, ה'תשנ"ב, האט פאסירט א פייער וואס האט גענצליך פארניכטעט דעם ביהמ"ד. און עס איז שפעטער גענצליך איבערגעבויעט געווארן.
  • חנוכה, ה'תש"פ, בשעת דער רבי האט געצינדן חנוכה-ליכט איז פארגעקומען א שוידערליכע אטאקע, ווען טעראריסט האט דערשטאכן עטליכע אידן; אריינגערעכנט איין איד, רבי יוסף ניימאן, וועלכער איז ליידער טראגיש אומגעקומען פון די וואונדן וואס ער האט געליטן ביים שטעכעריי.