זלמן רײזען

יידיש-שפראך לינגוויסט און פֿילאלאג

זלמן רײזען (טיילמאָל אויך רייזין) (1887, בעלאַרוס – 1941?) איז געװען אַ באַװאוסטער פילאָלאָג פון דער אידישער שפּראַך, אַ היסטאָריקער פון ליטעראַטור, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט, פון די גרינדער פון דעם ייווא אינסטיטוט.

לעבנס געשיכטערעדאַקטירן

געבוירן אין שטאָט קאָידענאָװ, הײַנטצוטאָג אין בעלאַרוס. זײַן פאָטער איז דער אידישער שרײַבער און דיכטער קלמן רויזין, איז ער א אינגערער ברודער פון אַברהם רײזען און שרה רײזען, אויך זײַנען אויך געװאָרן באַװאוסטע מחברים און דיכטער.

אין יאָר 1915 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן אין ווילנע, וואו ער האָט געגרינדעט (צוזאַמען מיט אַנדערע יידישע אינטעלעקטואַלען, ווי מאַקס װײַנרײַך) דעם ייִװאָ – ייִדיש װיסענשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. רײזען איז אויך געװען דער רעדאַקטאָר פון ״דער װילנער טאָג״. פון זײַנע ליטעראַרישע װערק, איז דער באַװאוסטסטער ״לעקסיקאָן פֿון דער יידישער ליטעראַטור און פּרעסע״.

וועגן זײַן טויט איז עד היום ניט קלאָר, יש אומרים אַז נאָכדעם ווי די רויטע אַרמײ האָט פאַרנומען װילנע אין 1939, האָט מען רײזענען אַרעסטירט און אומגעבראַכט ערגעץ װאו אין דעם ראַטנפֿאַרבאַנד (מסתּמא אין ריגע). אַנדערע האַלטן אַז די דײַטשן האָבן אים אומגעבראַכט נאָך זייער אײַננעמען ווילנע אין 1941.

פון זײַנע ווערקרעדאַקטירן

היסטאָריע פון דער אידישער ליטעראַטוררעדאַקטירן

  • פון מענדעלסאָן ביז מענדעלע: האַנטבוך פאַר דער געשיכטע פון דער ייִדישער השכלה ליטעראַטור מיט רעפּרדוקציעס און בילדער, וואַרשע: קולטור-ליגע, 1923.
  • לעקסיקאָן פון דער ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און פילאָלאָגיע, 4 בענדער, ווילנע: 1926–1929.
  • פּסעוודאָנימען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווילנע: ייִדישער וויסנשאַפטלעכער אינסטיטוט, 1939.

ביאָגראַפיעסרעדאַקטירן

  • י"ל פרץ (ביאָגראַפיע): 1851–1915, וואַרשע: 1915.
  • מענדעלע מוכר ספרים: זײַן לעבן און זײַנע ווערק, ווילנע: קינדערוועלט, [תרפ"-].

שפּראַך און גראַמאַטיקרעדאַקטירן

  • די מוטער־שפּראַך: אַ מעטאָדע צו לערנען לעזען און שרײַבען יודיש מיט גראַממאַטיקאַלישע כללים: בײַגעלעגט אַלע העברעאישע ווערטער, וואָס געהען אַרײַן אין דער יודישער שפּראַך, וואַרשע: פּראָגרעסס, (1914). ‬
  • גראַמאַטיק פון דער ייִדישער שפּראַך, ווילנע: תר"פ.
  • יודישע אָרטאָגראַפיע: קאַליגראַפישע מעטאָדע (צוזאַמענגעשטעלט דורך אַ גרופּע לעהרער, אונטער דער לייטונג פון ז' רייזען, מיט אַ קליינער כרעסטאמטיע פון מ' בירנבוים), וואַרשע: קולטור, תרע"ו.

איבערזעצונגעןרעדאַקטירן

  • דער גן עדן. האַנס כריסטיאַן אַנדערסען. וואַרשע, תרע"ט.
  • געקליבענע נאָוועלן. גײַ דע מופּאַסאַן. ווילנע, 1923.
  • די האַרצרײַזע. היינריך היינע. וואַרשע, תרע"א.
  • ירושלים און רוים : היסטאָרישער ראָמאַן אויס דער צײַט פון בית־שני. לו וואַלאַס. ווילנע, 1931.
  • לואיזיאַן. יאָהאַנעס ווילהעלם יענסען. וואַרשע, תרע"ד 1914.
  • פאַר פרײַהייט און רעכט : היסטאָרישע כראָניק צור צײַט פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע אין האָלאַנד. ניקאָלײַ אַלעקסאַנדאָוויטש רובאַקין. ווילנע, תרע"-.
  • דער פליענדיקער קופּערט. האַנס כריסטיאַן אַנדערסען. ווילנע, 1931.
  • פערברעכען און שטראָף. פיאָדאָר דאָסטויעווסקי. וואַרשע, תרע"ג 1913.
  • דער פּרינץ און דער בעטלער. מאַרק טוויין. וואַרשע, תרפ"ט.
  • קאנטראבאנדיסטען. מיכאיל לרמונטוב. ווארשא, תרע"-.
  • א קיניג פון יהודה: היסטאָרישער ראָמאַן אויס דער צײַט פון חורבן בית ראשון. ערנסט טרומפּ. ווילנע, תרפ"ו.
  • ראבינזאן קרוזא. דניאל דפו. ווארשע, תר"ע. ערשינען אויך אין 1928.