זאלצבורג
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°48′N 13°02′E / 47.800°N 13.033°E / 47.800; 13.033קאארדינאטן: 47°48′N 13°02′E / 47.800°N 13.033°E / 47.800; 13.033
שטח 65.678 קוואדראט ק"מ
הייך 424 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

150,887‏  (שטייענדיג 2016)
2,300 באוואוינער א ק"מ2

זאַלצבורג (דײַטש: SalzburgבייערישSåizburg) איז די פערטע גרעסטע שטאט​ אין עסטרייך און די הויפטשטאט פונעם פעדעראלן לאנד זאלצבורג. די שטאָט ליגט געציילטע קילאמעטער פון דעם גרענעץ מיט דײַטשלאַנד, אין א אונטערשייד פון 150 קילאמעטער מזרח פון מינכן, און 300 קילאמעטער מערב פון וויען. טראץ איר באשיידענער גרייס (152,000 איינוואוינערס), זאלצבורג פארעכנט זיך אלס איינער פון די מערסטע באזוכטע שטעט אין אייראפע און אלס איינער פון די שענסטע.

זאלצבורג ביינאכט

די שטאט געפינט זיך אין א דורכשניטלעכן הייך פון 400 מעטער איבער דעם ים פלאך, און צופיסנס פונעם צפונ'דיגן חלק פון די אלפן בערג. דער שפיץ פון דעם "אונטערסבערג" בארג (דייטשיש: Untersberg), וועלכער דערהייבט זיך צו א הייך פון 1,972 מעטער, געפינט זיך אין א אונטערשייד פון געציילטע קילאמעטער פונעם שטאט'ס צענטער. דרום פון דער שטאט געפינען זיך די בארגאראפן פון די אלפן, און צפון פון דער שטאט א פלאכער געגנט. אין דעם צענטער פון דער שטאט פליסט דער "זאלצאך" טייך (דייטשיש: Salzach), וועלכער גיסט זיך אריין אין דעם "אין טייך" (דייטשיש: Inn), און דער "אין" גיסט זיך אריין אין דעם דוניי. זאלצבורג איז א מולטי-קולטורער שטאט. אומגעפער א פיפטל פון אירע איינוואוינערס זענען נישט עסטרייכער. די מערהייט פון די פרעמדע דארט קומט פון טערקיי און יוגאסלאוויע. אין זאלצבורג עס זענען פאראן צוויי אוניווערסיטעטן, און דריי אקאדעמיעס וואו עס לערנען 16,000 סטודענטן, וואס זענען איבער א צענטל פון דער שטאט'ס באפעלקערונג.

היסטאריע רעדאַקטירן

דער טייטש פונעם שטאט'ס נאמען אין דייטשיש איז "א זאלץ פעסטונג". אין דער ווייטערער פלעגט מען אויסהאקן זאלץ פון די ארומיגע בערג, און דערנאך אריבערגעפירט לענגאויס פונעם זאלצאך טייך. שוין אומגעפער 2,500 יאר צוריק האבן די קעלטן אנגעהויבן אויסצוהאקן זאלץ אין דער געגנט. אין דעם 8טן יארהונדערט די שטאט איז געגרינדעט געווארן, און באקומען איר נאמען נאך "רופערט פון זאלצבורג" (דייטשיש: Rupert von Salzburg), א קריסטלעכן בישאפ, וועלכער האט אויכעט געדינט אלס דעם ערשטן בישאפ פון דער שטאט. אין יאר 1805 די שטאט איז געווארן א טייל פון דער עסטרייכישער אימפעריע. דורך דער צווייטער וועלט מלחמה, האלב פון די געביידעס אין זאלצבורג זענען פארניכטעט געווארן צוליב די באמבאדירונגען. די שטאט איז איינגענומען געווארן אין 5 מאי 1945 דורכן אמעריקאנישן מיליטער. דער וועלט בארימטער קאמפאזיטאר וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט איז געבױרן געװארן אין זאלצבורג.

 
די האנגאר 7 געביידע אין זאלצבורג ביינאכט

פאפולערע טוריסטישע ערטער רעדאַקטירן

די אלטע שטאט פון זאלצבורג, איז אנערקענט געווארן אלס וועלט ירושה ארט אין 1996. די אלטע שטאט איז פול מיט פראכטפולע און פרעכטיגע הייזער און געביידעס, וועלכע זענען געבויט געווארן אין דעם באראק סטיל, צווישן זיי איז אריינגערעכנט דער "זאלצבורגער קאטעדראל" (דייטשיש: Salzburger Dom), די פעסטונג "הויכנזאלצבורג" (דייטשיש: Festung Hochensalzburg), וועלכע שטייט אויפן שפיץ בארג אין צענטער פון דער אלט שטאט. די פעסטונג ווערט פארעכנט אלס איינער פון די גרעסטע אין גאנץ אייראפע. איר בוי האט זיך אנגעהויבן אין דעם 11טן יארהונדערט און אנגעגאנגען יארן לאנג.

 
א בליק אויף דער זאלצבורגער פעסטונג פון די מיראבעל גארטנס

די "געטריידער גאס" (דייטשיש: Getreidegasse), וועלכע איז היפש באקאנט צוליב דעם אז דארט געפינט זיך דער הויפט איינקויף צענטער פון זאלצבורג אין דער אלט שטאט. אויף דער זעלבער גאס, אין הויז נומער 9, געפינט זיך דער געבורט שטוב פון דעם וועלט בארימטן קאמפאזיטאר וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט (וואס היינט צו טאגס איז א מוזיי, וועלכער איז געווידמעט צום גרויסן קאמפאזיטאר), אויסער מאצארט'ס געבורט הויז, עס איז פאראן אויכעט אן אנדערער הויז אין וועלכן האט ער געוואוינט שוין אלס אן ערוואקסענער מענטש. דער הויז איז אויכעט א מוזיי וואס אנטהאלט אין זיך בריוון, קאמפאזיציע און אנדערע זאכן וואס האבן געהערט צו אים.

 
די זאלצבורגער פעסטונג ביינאכט
 
די געטריידער גאס צופרי

דער מיראבעל פאלאץ (דייטשיש: Mirabell), וועלכער איז גאר א שיינער און א פראכטפולער פאלאץ, און וועלכער איז ארומגענומען אינדרויסן מיט הערליכע גארטנס, און מיט פארשידענע סארטן פון שיינע בלומען.

 
מאצארט פלאץ

דער "העלברון פאלאץ" (דייטשיש: Hellbrunn): דער פאלאץ איז אויפגעשטעלט געווארן דורך דעם ארכיבישאפ מארקוס סיטיקוס, און האט אריינגערכנט אין זיך א גארטן מיט שווים באסיינען, היילן און פאנטאנען. לעבן דעם פאלאץ געפינט זיך א ברייטער שטאטישער פארק.