וואלענטינא טערעשקאווא

קאסמאנויטקע, ערשטע פרוי אינעם קאסמאס
טערעשקאָוואַ אין 1969

וואַלענטינאַ וולאַדימיראָוונאַ טערעשקאָוואַ (רוסיש: Валенти́на Влади́мировна Терешко́ва; געבוירן דעם 6טן מערץ 1937) איז אַ סאָוועטישע אינזשענירין, איצטיקע מיטגלידערין פֿון די רוסישע שטאַטישע דומאַ (ענ') און געוועזן אַ קאָסמאָנויטקע. זי איז געווען די ערשטע פֿרוי צו פֿליען צום קאָסמאָס, אויף וואָסטאָק 6 דעם 16טן יוני 1963. צוזאַמען מיט פֿיר אַנדערע איז זי דערוויילט געוואָרן פֿון מער ווי 400 אַנדערע פֿרויען צו פֿליען צום קאָסמאָס.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואלענטינא טערעשקאווא