וואודבורן איז א העמלעט, אין דער פאלסבורג געגנט, אין סאליוואן קאונטי, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.

ביים 2010 צענזוס האט זי געהאט א באפעלקערונג פון 2,098.

עס גרעניצט זיך מיט נעווערסינג און לאק שאלדרעיק.

א פארלאזטן טעאטער אין צענטער פון וואודבורן

די הויפט שאסייען אינעם געגנט זענען סטעיט ראוט 52 און 42.

דער זיפ קאוד איז 12788.

פילע אידן קומען דארט אהין בעיקר אין דעם זומער, און עס איז דארטן פארהאן פילע קעמפס און קאנטריס. לעצטנס האט מען אויך אנגעהויבן צו גיין אויף א גאנץ יאר.

עס איז דא דארטן דער היסטארישער בית המדרש בני ישראל.