ד"ר הלל זיידמאן (ז' כסלו ה'תרע"ה, 25סטן נאוועמבער 1914 - ג' אלול ה'תשנ"ה, 29סטן אויגוסט 1995), איז געווען א חרדישער עסקן אין פוילן און ניו יארק, און א שרייבער.

הלל זיידמאן
קיין פריי בילד
געבורט 25 נאוועמבער 1914 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 אויגוסט 1995 (אלט 80)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

הלל איז געבוירן געווארן אין בוטשאטש אין גאליציע (היינט פוילן). צווישן די צוויי וועלט מלחמות איז ער געווען סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין פוילן און סעקרעטאר פון די אגודה מיטגלידער אין דעם פוילישן סיים. ער איז געווען נאנט צו די פירער פון פוילישן און ליטווישן יידנטום: הרב ישראל מאיר הכהן, דער "חפץ חיים", רבי אברהם מרדכי אלטער, דער גערער רבי, און רבי חיים עוזר גראדזענסקי, רב של ווילנע. ער האט זיך אסאך באשעפטיקט מיט אויפקלערן קעגן דער אנטיסעמיטיזם, און ער האט אסאך געשריבן, אויך אין פויליש.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער געווען פון די פירער פון דער יידישער געמיינדע אין ווארשע.

נאך דער מלחמה האט ער געארבעט צו העלפן די יידן אין די לאגערן. נאכהער האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט רעדאגירט דעם זשורנאל "די אידישע וואך" אין ניו יארק.

ער איז געווען אן איידעם ביי הרב צבי יעקב אבראהאם, פון די הויפטן פון דער יידישער קהילה אין זיבנבערגן.

הלל זיידמאן איז נפטר געווארן אין ניו יארק.

זיינע שריפטן רעדאַקטירן