עפענען הויפטמעניו

הילף:מערסטע געפרעגטע פראגעס

WikipediaFAQyiddish.png

מערסט געפרעגטע פראגעס איז א צוזאמקלויבונג פון אלע פראגעס וואס איר קענט אייך נאר באגעגענען וועלנדיג זיך אנשליסן אין ווקיפעדיע. רוב חברים זענען שוין דורך כמעט די אלע פראבלעמען. פאלגענד איז א ליקוט פון אלע שאלות ותשובות וואס זענען שוין דורכגעשמועסט געווארן אין די רעדן בלעטער פון די באנוצער. ביטע אראפשרייבן שווערע פראגעס וואס עגבערן אייך אויך, כדי אנדערע זאלן קענען האבן נוצן דערפון.


אינהאַלט

וויקיפעדיערעדאַקטירן

וואס איז דאס א וויקי?רעדאַקטירן

דער אויפטוה פון וויקי ווייכווארג באשטייט בעיקר אז עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען.

עס הייסט נאך א האוואיאיש ווארט וואס מיינט שנעל.

וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו עררייכען דעם ציל פון אויספארעמען א צוזאמגעשמאלצענעם דעה פון פון פארשידנארטיגע מענטשן. עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פאררעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז מען ארבעט אויס די סוגיא.

אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאַכן אויב עס איז באַרעכטיגט. אויב באַשליס איך אָדער אַן אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק, איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון. אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר, איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח. געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אָפּ וואָס איז יושר.

דער וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער. אסאך אסיפות, מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדן און דער עולם ארבעט אויף די זיץ פלעצער זעהענדיג יעדנ'ס רעדאקטירונגען. מען מעקט, פארעכט, און מ'רעדט ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזאלוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.

געווענליך גייט דער וויקי נאך א מיטינג ארויף אויף א צייט אפשניט אנליין, אז אלע באטייליגטע קענען זיך נאך ארום טענה'נען און ענדערן אויף א וויילע ביז דער וויקי ווערט גענצליך קריסטילאזירט און אויסגעפארעמט אין א ציל, און אלע לעקציעס און פארשלאגן ווערן דעפענירט, און דער מעסעזש קומט צו א קלארע איינזייטיגע מסקנא.

וואס איז דאס וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

װ‫יקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:120 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיגע ענציקלאָפּעדיע. איר נאמען איז א צאמשמעלצונג פון צוויי ווערטער; "וויקי" און "פּעדיע".

עס ‫קומט אין א אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױעט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי, װאָס מאַכט דעם ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאו יעדער אײנער קען זיך באַטײליגן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן און אַלײנס אָפּשרײַבן אלע סארט אַרטיקלען.

וואס איז די ציל און מטרה פון וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

צו שאפן א ריזיגע ענציקלאפידיע וואו יודיש ליינער וועלן זיך קענען ווענדן צו לערנען און דערוויסן איבער אלעס און אלעמען אויף די וועלט. פריי פאר יעדן איינעם צו ליינען און פאררעכטן.


ווער איז איר בעל הבית?רעדאַקטירן

היינט צוטאגס געהער דאס פאר א נאָן פּראַפיט ארגאניזאציע, מיטן נאמען די וויקי פונדאציע. אבער זיי האבן נישט קיין שום בעלות אויף קיין איין ווארט וואס ווערט דא געשריבן און יעדער איינער קען דאס נעמען און איבערקאפיען. דער פרעזידענט איז זשימי וועילס.

קען דא יעדער שרייבן?רעדאַקטירן

יאָ! אבסעלוט יעדער איינציגער באשעפעניש קען און איז אויפגעפאדערט צו שרייבן דא. מיר אין די וויקיפעדיע מאדאל גלייבט אין די גוטע כוחות פון מענטשן, און אויך איז אויסגעשטעלט אז יעדער איינער וואס שרייבט נישט גוט, אדער מעקט נישט גוט, איז דאס זייער גרינג צוריק צודרייען, און אים ווארענען און פארעכטן. ממילא האבן מיר נישט מורא פון אפענע פרייע שרייבן רעכטן פאר יעדן איינעם.

אויב אזוי, קען איך וואנדאליזירן אלעס?רעדאַקטירן

עס איז אין דיין מעגליכקייט צו טאן וואס דו ווילסט מיט יעדן ארטיקל. אבער איין זאך געדענק, אז דו מוזט האנדעלן פון א רצון צו טאן גוטס און נישט שלעכטס. דו טארסט נישט זיין קיין וואנדאל לשם וואנדאליזם.

דו קענסט ווערן ארויסגעבלאקט פון וויקיפעדיע זייער גרינג, און דיין ארבייט קען מען צוריק דרייען זייער שנעל, איז אלזא פארוואס זאלסטו וועלן וואנדאליזרן?

וויאזוי ארבעט דאס?רעדאַקטירן

ווער איז דא פאראנטווארטליך?רעדאַקטירן

וואסארא ענינים ווערן דא געשריבן?רעדאַקטירן

שאלות פון מתחיליםרעדאַקטירן

וויאזוי קען איך ביישטייערן מיט מיין שרייבן?רעדאַקטירן

וויאזוי קען איך ביישטייערן מיט געלט?רעדאַקטירן

פארוואס זאל איך דא שרייבן?רעדאַקטירן

מוז מען זיך איינשרייבן א נאמען כדי צו שרייבן דא?רעדאַקטירן

וואס איז בעסער אז מען שרייבט זיך איין?רעדאַקטירן

מוז איך נוצן מיין עכטער נאמען?רעדאַקטירן

וויאזוי טויש איך מיין באנוצער נאמען?רעדאַקטירן

בעהט דער ביראקראט דאס טאן.

וויאזוי טויש איך מיין פעסווארד?רעדאַקטירן

וואס זענען די געזעצן פון וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

דורך אריינגיין אין אייער איינשטעלן בלאט.

מעג מען האבן 2 אדער מער נעמען?רעדאַקטירן

שרייבן און טעכנישע טולסרעדאַקטירן

וואס איז אן ארטיקל?רעדאַקטירן

וויאזוי שרייב איך אן ארטיקל?רעדאַקטירן

וויאזוי לייג איך בילדער?רעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך א נייעם אפטיילונג מיט קעפל אין ארטיקל?רעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך די אותיות זאלן זיך שטעלן פון לינקס צו רעכטס, ווי למשל פאר ענגליש?רעדאַקטירן

וויאזוי שרייב איך אונטער מיין חתימה?רעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך א לינק צו אן אנדער ארטיקל אין דעם וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך א דערויסענדע לינק?רעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך קאטעגאריעס?רעדאַקטירן

ביי אונז רופט מען אן א געוויסע זאך אנדעשט ווי ביי אנדערע; מוז מען מאכן 2 ארטיקלן?רעדאַקטירן

דעזייןרעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך דיקע אותיות?רעדאַקטירן

העכער דעם ארטיקל ווען איר שרייבט איז דער געצייג־פאס. צורעכטס זעט איר א דיקן B; אז איר דרוקט דעראויף, וואס איר קלאפּט אריין וועט אויסזען דיק.

וויאזוי מאך איך קאלערדיג אותיות?רעדאַקטירן

וויאזוי מאך איך קליינע אויתיות?רעדאַקטירן

וואזוי מאכט מען אז די שורות שטעלן זיך אויס אין נומערן?רעדאַקטירן

פארוואס זענען געוויסע לינקס רויט און אנדערע זענען בלוי?רעדאַקטירן

ווען עס איז נאכנישט דא אן ארטיקל אויף דעם ווארט, אדער אויב א בעאמטער האט עס געמעקט צוליב סיי וואספארא אורזאך, איז די לינק רויט.

אויב ווילט איר שאפן אן ארטיקל דערויף; קוועטשט אויף דעם און עס וועט זיך עפענען א נייער בלאט וואס איר זענט מכובד צו רעדאקטירן.

ענדערן און פארעכטןרעדאַקטירן

איך באמערק א טעות, ליגענט, אדער איך האב אליינס פארהארגעט אן ארטיקל, וויאזוי טוה איך דאס ענדערן און פארעכטן?רעדאַקטירן

וויאזוי קען איך מיך אן עצה געבן מיט איינער וואס האלט אין איין מעקן מיין געשרייבאכצער?רעדאַקטירן

איינער וואס מעקט אן קיין הסבר איז א וואנדאל, מען דארף אים בלאקירן. ביטע דאס אויפמערקזאם מאכן אויף זיין רעדן בלאט, און איינע פון די סיסאָפּס וועלן אים אומשעדליך מאכן.

וויאזוי דריי איך צוריק צו א פריערדיגע ווערסיע אין דעם געשיכטע בלאט?רעדאַקטירן

צוריקדרייען אן ארטיקל צו איר פריערדיגע ווערסיע איז זייער גרינג און געשווינד. גייט אריין אין די ווייזן היסטאריע טעב, דארטן דרוקט אויף די ווערסיע זייגער און דאטום, נאכן מברר זיין אז דאס איז די ווערסיע וואס איר ווילט דורך דרוקן אויף יעצטיגע און "צו לעצט" גייט אריין אין דעם ווערסיע, דארטן דרוקט "ענדערן און פארעכטן". עס וועט אייך ארויפקומען א ווארענונג אז איר באארבייט א אלטער ווערסיע, איר זאלט דאס סעיווען, און אלעס וועט צוריקגעדרייט ווערן ווי פריער.

וויאזוי זעה איך די אונטערשייד פון צוויי אדער מערערע ווערסיעס אין די געשיכטע, פון אן ארטיקל?רעדאַקטירן

וויאזוי קען איך זעהן די לעצטע ענדערונגען פון וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

אויף די רעכטע זייט אונטער די וויקיפעדיע סימבאל, די פערדע לינק איז "לעצטע ענדערונגען". דארט קענט איר זעהן אלעס וואס מען האט געענדערט לויט די צייט רייע.

וואס געשעהט ווען צוויי באנוצער פאררעכטן אין די זעלבע צייט?רעדאַקטירן

וויאזוי קען איך מיטהאלטן אלע ענדערונגען צו א געוויסע ארטיקל, אן אהין גיין יעדעס מאל דאס טשעקן?רעדאַקטירן

אן אנדער באנוצער איז זייער ווילד און קריגעריש. וואס טוט מען?רעדאַקטירן

איך האב געשריבן א גאנצער שטיקל און עס איז נעלם גווארן. פארוואס?רעדאַקטירן

איך האב פאראכטן אן ארטיקל אבער מיין ענדערונג איז נעלם. פארוואס?רעדאַקטירן

רעדן און שמועסןרעדאַקטירן

וויאזוי קען איך זיך מאכן פארבינדונגען מיט אנדערע מיטגלידער אין וויקפידיע?רעדאַקטירן

קוק אין די הילף בלעטער וועסטו זעהן אז סאיז דא רעדן בלעטער אויף יעדן ארטיקל און אויף יעדן באנוצער בלאט, און דאס איז געמאכט ספעציעל פאר דיין בקשה אנצוקניפן זיך מיט די באנוצער און שמועסן וועגן די ענינים וואס אינטערסירט דיך.

וואו דארף איך אויפקלערן פארוואס איך האב געמעקט עפעס?רעדאַקטירן

איך זיך גרופע צו שמועסן איבער די יודישע שפראך?רעדאַקטירן

אויף דעם איז לכאורה געאייגענט דער געמיינדע בלאט, און אויך אין דעם רעדן בלאט פון ארטיקל יידיש.

איך וויל מיך אויסקענען מיט וויקפידיע. כדי צו קענען טיילן מיינע אינטערעסן מיט אחים לדעה?רעדאַקטירן

ליין די הילף בלעטער און אויך דעם וויקיפעדיע בלאט וועסטו דארטן טרעפן אלעס וואס דו ברויכסט טעכניש צו וויסן ווי אזוי זיך צו באנוצען מיט וויקיפעדיע.

וואס איז דאס א רעדן בלאט?רעדאַקטירן

זוכן און ליינעןרעדאַקטירן

וויאזוי קען איך זוכן און טרעפן א געוויסער ארטיקל, וואס איך דארף וויכטיג זעהן?רעדאַקטירן

מעג איך מיך באנוצען און קאפּירן וויקיפעדיע ארטיקלן פאר מיינע אייגענע געברויכן?רעדאַקטירן

אבסעלוט יא.

וויאזוי קען מען וויסן און טראסטן וואס איז אמת, און וואס נישט?רעדאַקטירן

וויאזוי ארבייטן גוגל און יאהו, ביים לייגן אייערע וויקיפעדיע ארטיקלן אין זייערע זוך רעזולטאטן?רעדאַקטירן

הנהלהרעדאַקטירן

ווער איז דער אנפירער פון יודיש וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

א ליסטע פון אלע מנהלים. די פאלגענדע זענען אין די צייט אקטיוו, די איבעריגע וואס שלאפן קענען זיך אויפוועקן יעדן טאג און נוצן זייער כוח: * גאנגלערי - דירעקטאר. * יודל - סיסאפ. * רוני - סיסאפ. * בן עמי - סיסאפ.

וואסארא כוח האט א מנהל מער ווי א פשוטער באנוצער?רעדאַקטירן

קיין שום כוח נישט. זיין גאנצער ארבייט איז נאר ארויסציווארפן וואנדאלן. אויב נוצט ער זיין כוח אויף צו טוישן אן ארטיקל, מער ווי א נארמאלער באנוצער, איז דאס אביוז אפ פאוער און מען דארף אים באריכטן פאר אן אנדער מנהל אים צו מאכן אויס מנהל.

וויאזוי קען איך זיך איינקויפן א מער אנגעזעהענער ראלע אין וויקפידיע?רעדאַקטירן

כללית'דיג וועט מען דיך דאך נישט מאכן פאר א דירעקטאר אויב דו וועסט גארנישט שרייבן, ווער קודם אן אקטיווער באנוצער וועסטו האבן פיל פיל מאכט, מער ווי די קענסט דיך פארשטעלן. קודם דארפסטו בויען דיין נאמען און צוטרוי ביי די ליינער און שרייבער אלס א דורכגעטראכטער יושר'דיגער מענטש מיט אן אינטערעסע טאקע צו בויען וויקיפידיע ווי דו זאגסט. כדי מ'זאל דיר גלייבן, מוזטו קודם איבערצייגן אז דו מיינסט עס ערנסט. נאר נאכדעם וועסטו באקומען אזא אנגעזעהענער ראלע ווי א דירעקטאר.

וויאזוי קען איך ווערן א שטיקל מנהל, אנפירער אדער סיסאפ?רעדאַקטירן

לייג פאָר דיין בקשה, בעסער אין ענגליש, פאר די הנהלה, און זיי וועלן נאכקוקן ווי שטארק דו פארטראגסט דיך מיט אנדערע. (געדענקט נישט אלעמאל מיינט אסאך געשרייבאכצער א גוטער מנהל, אויב איז מען נישט קיין נוח לבריות נישט קיין חילוק וויפל איר האב אוועקגעגעבן פארן וואוקס פון וויקיפעדיע וועט איר דאך שעכטן דעם עתיד מיט אייער שטרענגע באנעמונג).

א געוויסער סיסאפ באנעמט זיך זייער ברוטאל צו מיר. ער דיריגירט מיך און רודפט מיך, וואס טוה איך?רעדאַקטירן

איר קענט ארויפברענגן אייערע טענות אין זיין רעדן בלאט, אויך אין געמיינדע. און אויך שיקן פריוואטע אי-מעיל קאמפלעין פאר די אנדערע מנהלים.

פּאַליסירעדאַקטירן

איך האלט אז מ'טאר נישט טאן א געוויסע זאך. ווי קען איך פועל'ן ביים וויקיפעדיע אנצונעמען מיין מיינונג?רעדאַקטירן

אויף דעם איז דא די וואלן בלאט, ווי איר קענט פארלייגן וואסארא אישוס איר ווילט דאס זאל ווערן אנגענומען. סוף וואך וועט מען ציילן די שטימען און אויב איר האט גוטע טענות וועט איר האפענטליך געווינען רוב קולות.

וויפל נעמען מעג איך האבן?רעדאַקטירן

דערווייל האט מען נאך נישט באשטימט. דער סיסטעם לאזט צו ביז 6 נעמען פאר איין איי.פי. אדרעס.

דארף איך, אדער מעג איך פינטעלן מיינע ווערטער?רעדאַקטירן

מען דארף נישט. אבער ווערטער וואס די נקודות טוישן דעם באדייט אז מען קען זיך טועה זיין, איז ראטזאם צו פינטלען.

מעג איך מיך באשרייבן, אפילו איך בין נישט א פובליק פיגור?רעדאַקטירן

דארף איך, אדער מעג איך שרייבן רבי אויף מיינע צדיקים?רעדאַקטירן

דארף איך, אדער מעג איך שרייבן לשון הרע?רעדאַקטירן

וואס איז די גדר פון לשון הרע?רעדאַקטירן

דארף איך אונטערשרייבן ביי די רעדן בלעטער?רעדאַקטירן

מעג איך אויסמעקן אן אנדערענס טעותים אדער ליגענטס?רעדאַקטירן

קאַפּירעכטרעדאַקטירן

איך האב געזען א שיינעם ארטיקל אויפן אינטערנעט, מעג איך דאס אהער ברענגן?רעדאַקטירן

צענזוררעדאַקטירן

איז טאקע נישטא קיין צענזור אויף וויקיפעדיע?רעדאַקטירן

אויב אזוי פארוואס האט מען מיך געמעקט?רעדאַקטירן