הידראגען עקאנאמיע
די הידראגען עקאנאמיע איז א פארגעשלאגענע סיסטעם אין וועלכע רוב ברענשטאף וועלכע טרייבט די עקאנאמיע וועט איבערגיין צו הידראגען.
דער קאנצעפט
רעדאַקטירןדי וועלט וויל זען נאטורליכע גאזאלין אלס היסטאריע זינט וויסנשאפטלער ווארענען אז איר אפפאל מאכט אן חרבנות צו דער אטמאספער און האט מיט דער צייט אנטוויקלט ריזיגע "אזאן" לעכער אין דער אטמאספער און האט געברענגט א גלאבאלע ווארימונג אין די וועלט. דערצו זענען אנגעקומען די הויכע גאזאלין פרייזן און דער פאליטיק אונטער דעם וועלכע האט געמאכט די וועלט פרעגן די פראגע: מוזן מיר טאקע צוקומען צו גאזאלין?
דער ענטפער איז ניין! מיט דער היינטיגער טעכנאלאגיע און וויסנשאפטלעכע ערפינדונגען איז א מעגליכע מציאות צו די אזויגערופענע צוקונפטע הידראגען עקאנאמיע. די איינציגסטע פראגע וואס בלייבט אונדז איבער איז צי וועט די געזעלשאט טאקע באווייזן צו מאכן דעם טויש אדער וועט זי בלייבן אראפגעבינדן צו נאפט צוליב עקאנאמישע און פאליטישע סיבות?
פראבלעמען מיט בענזין
רעדאַקטירןערשט לאמיר זען וואס איז שלעכט מיט בענזין, וועלכע ווערט אנגערופן פאסיל-ברענשטאף, און דערנאך וועלן מיר זען וואס די היינטיגע וועלט האט פארצושטעלן צו לעזן די פראבלעמען.
די פאראייניגטע שטאטן און רוב לענדער פון די וועלט זענען איינגעשפארט אין די פאסיל-ברענשטאף עקאנאמיע. אונזערע אויטאמאבילן, באנען, און פליגער ווערן געטריבן נאר דורך נאפט פראדוקטן ווי גאזאלין און דיזעל. אין צוגאב ווערן א גרויסער טייל קראפט פלענטס געטריבן פון אויל, נאטורליכע גאזאלין, און קוילן וועלכע זענען אלע נאפט פראדוקטן.
אויב די פלוס פון פאסיל-ברענשטאף אין די פאראייניגטע שטאטן וואלט אמאל אפגעהאקט געווארן וואלט די גאנצע עקאנאמיע געקומען צו אן אפהאלט. עס וואלט נישט געווען קיין וועגן צו טראנספערירן די פראדוקטן וועלכע ווערן פאבריצירט, קיינער וואלט נישט געקענט פארן צו די ארבעט, פליגער וואלטן געבליבן אין די הענגער, און אלע בוי ארבעט וואלט געפרוירן.
די אלע יארן וואס עס האט גענומען די געזעלשאפט צו זיין געוואנדן אויף פאסיל-ברענשטאף, אויף דעם פונקט ווי עס שטייט היינט, איז שטענדיג געווען 4 גרויסע פראבלעמען וועלכע זענען מיטגעקומען דערמיט:
לופט פארפעסטיקונג – ווען גאזאלין ווערט פארברענט בלייבט דערפון איבער בלויז קארבאן דיאקסייד און אביסל וואסער וועלכע וואלט אינגאנצן נישט געווען קיין פראבלעם. אבער די קאמפאנענטן וועלכע העלפן דעם אויטא מאטאר לויפן פראדוצירן אויך קארבאן מאנאקסייד וועלכע איז א גיפטיגע סם גאזאלין, ניטראדזשין אקסיידס וועלכע ברענגט די לופט פארפעסטיקונג, און אומפארברענטע היידראקארבאנס וועלכע זענען די הויפט סיבה צו אזאנען. ענווייראמענטל פארפעסטיקונג – די פראסעס פון אריינברענגן און האלטן די אויל האט א שטארקע אימפאקט אויף די ענווייראמענט ווען עפעס גייט נישט גוט. וויפיל מאל פאסירט ווען אז א טאנקיר שיף דרייעט זיך איבער און גיסט אויס מיליאנען גאלאנען אויל אדער א פייפליין רייסט אויף. די אלע געשעענישן האבן מיט די יארן אנגעמאכט אן ענווייראמענטאלן חורבן. באקאנט איז די עקסאן וואלדעז אויסגיסונג אין וועלכע דער טאנקיר האט אויסגעגאסן 11 פון אירע 55 מיליאן גאלאן אויל ביי די פרינץ וויליאם סאונד אינזלן נעבן אלאסקא. די מיליאנען גאלאנען אויל האבן פארשוואנקען די אינזלן און יארן שפעטער האט מען זיך נאך געפלאגט דאס אוועקצורייניגן.
גלאבאלע אנווארימונג – ווען אן אויטא פארברענט א גאלאן גאזאלין גיט ער ארויס ארום 5 פונט קארבאן צו די אטמאספערע. אויב די קארבאן וואלט באשטאנען פון בלויז קארבאן וואלט זיך עס שטארק אנגעזען אזויווי מען זאל ארויסווארפן א 5 פונטיגער זעקל פון ווייסע מעל נאך יעדע גאלאן גאזאלין וואס ווערט פארנוצט. עס איז איבעריג צו זאגן אז די לופט אין אונזערע שטעט וואלטן געווען פיל מיט מעל און מען וואלט נישט געקענט זען דעם חבר פון עטליכע פיס אוועק. דער אויטא גיט ארויס קארבאן דיאקסייד וועלכע קען נישט געזען ווערן מיט די מענטשליכע אויגן אבער די היץ און אפפאל דערפון הייבט צוביסלעך די טעמפרעאטור אין די פארנומענע שטעט.
כאטש וויסנשאפטלער שפעקולירן נאך אסאך אין די ווארהייט פון גלאבאלער אנווארימונג איז עס אבער דאך א פאקט אז אין צענדליגער שטעט וואו עס פלעגט אמאל זיין פראסטיגע ווינטערס איז היינט פיל ווארימער.
אנגעוואנדנהייט – די פאראייניגטע שטאטן, און רוב אנדערע לענדער, קענען נישט אליינס פראדוצירן זייער געברויך פאר אויל און זענען געצווינגן צו אימפארטן פון די אויל רייכע לענדער. דאס האט מיט די יארן פארשאפט אן עקאנאמישע אנגעוואנדנהייט און אלע לענדער זענען געווען געצווינגן צו ליידן פון די עקאנאמישע באשלוסן פון די מיטל מזרח לענדער. ווען זיי האבן געוואלט מאכן אפאר עקסטערע דאלאר האבן זיי געשניטן די פראדוקציע און די פרייזן האבן זיך אויטאמאטיש געהויבן פילפאכיג. און די אנגעוואנדענע לענדער זענען געשטאנען מיט פארמאכטע הענט.
א הידראגען עקאנאמיע
רעדאַקטירןא הידראגען עקאנאמיע פארזיכערט צו עלימינירן אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען פון וועלכע די פאסיל ברענשטאף עקאנאמיע ליידט היינט. די מעלות פון א הידראגען עקאנאמיע איז ווי פאלגענד:
עלימינירן לופט פארפעסטיקונג – ווען הידראגען ווערט גענוצט אין א פיול סעל צו פראדוצירן קראפט, איז עס א 100 פראצענט ריינע טעכנאלאגיע וועלכע גיט נאר וואסער אפפאל. פארשטייט זיך אז מיט א הידראגען עקאנאמיע וועט מען נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין אויל אויסגיסונגן.
עלימינירן שעדליכע אפפאל גאזן - הידראגען קומט פון עלעקטראנישע קראפט פון וואסער וועלכע שאפט אפ דעם גאנצן פראבלעם פון די אזויגערופענע גרינהויז גאזן.
עלימינירן עקאנאמישע אנגעוואנדנהייט - דאס עלימינירן אויל, אפילו נאר אין טייל, מיינט אז מען וועט מער נישט זיין געוואנדן אויפ'ן מיטל מזרח און אירע אויל רעזערווארן.
פארשפרייטע פראדוקציע – הידראגען קען ווערן פראדוצירט סיי וואו עס געפינט זיך עלעקטריציטעט און וואסער. מענטשן וועלן עס אפילו קענען פראדוצירן אין זייערע אייגענע היימען מיט גרינגע אנווייזונגן.
די פראבלעמען פון א פאסיל ברענשטאף עקאנאמיע איז אזוי שטארק און די פארהאנט פון א היידראדזעין עקאנאמיע איז אזוי ווערטפול אז דער שטופ אויף פאראויס איז זייער שטארק.
וואס איז הידראגען?
רעדאַקטירןדי פראגע צו הידראגען טעכנאלאגיע איז נישט וואס עס איז, די פראגע איז פון וואו קומט דאס? דערנאך קומט די פראגע פון טראנספערירונג, דיסטריביושן, און דאס האלטן. איינמאל די פראגעס וועלן פארענטפערט ווערן וועט אלעס זיין פארשטענדליך.
לאמיר גיין צו יעדע פראגע באזונדער:
פון וואו קומט הידראגען? איינע פון די מערסט איטרעסאנטע פראבלעמען מיט הידראגען איז הידראגען זעלבסט. פון וואו וועט דאס קומען? אויל ווייסט יעדעס קינד אז מען פאמפט דאס ארויס פון די ערד מען שיקט דאס אפ צו רעפיינעריס צו בעארבעטן און דערנאך פארברענט מען עס אלס אן ענערגיע קוואל. מען טראכט אבער נישט אריין די וואונדער וואס אויל איז. פאסיל ברענשטאף ליגט שוין באהאלטן אין די ערד פאר טויזענטער יארן און קיינער האט נישט געוואוסט דערפון בעפאר. ביליאנען געוואוקסן האבן איבערגעלאזט אפפאל אויף אלע ערטער פון די וועלט וועלכע איז געווארן נאפט איינמאל עס איז אפגעשטארבן. מיט יעדן גאלאן גאזאלין וואס מיר פארברענען נעמט מען ארויס נאך א גאלאן פון איר לאנגיעריגע באהעלטעניש.
הידראגען קומט נישט פון ערגעץ נאר מוז געמאכט ווערן. עס זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי זיי צו פראדוצירן: די ערשטע איז וואסער. ווען וואסער ווערט עלימינירט קומט ארויס דערפון א געוויסע עלעקטריזם און אקסיגן וועלכע זענען צוזאמען ריינע הידראגען. דער פראדעצור איז א גרינגער און מענטשן וועלן עס קענען טאן ביי זיך אינדערהיים איינמאל זיי וועלן זיך דאס אויסלערנען. דער צווייטער וועג איז צו רעפארמירן פאסיל ברענשטאף וועלכע פארמאגט אין זיך אסאך הידראגען איינמאל זי איז אויסגעברענט. ספעציעלע ברענשטאף רעפארמירער מאשינען צוטיילן די אפפאל און נעמען ארויס די הידראגען.
פארשטייט זיך אז דער צווייטער וועג לעזט נישט דעם פראבלעם פון אויסשפייען שעדליכע לופט צו די אטמאספערע. אבער עס איז א גוטער מיטל אויף צייטווייליג ווילאנג די וועלט וועט אריבער גיין צו דעם טויש. רוב אויטאס פון וועלכע מען הערט היינט אז זיי פארן מיט פיול סעל זענען רעפארמירטע גאזאלין צו וועלכע די אויטא פירמעס קענען גרינג צוקומען. אזוי לאנג ווי עס וועט נישט זיין א הידראגען סטאנציע ביי יעדע ווינקל וועלן רוב אויטא פירמעס נישט נוצן דעם ערשטן מיטל.
ווען דער צייט וועט זיין רייף צו נוצן דאס ערשעט מיטל וועט זיך פאדערן א 100 פראצענטיגע הידראגען עקאנאמיע. אלע עלעקטריק וואס וועלן גענוצט ווערן אפצוטיילן די הידראגען פון דאס וואסער וועט נישט מעגן זיין געטריבן פון פאסיל ברענשטאף עלעקטריציטעט. די וועלט וועט מוזן איבערגיין איינע פון אירע גרעסטע ענדערונגן כדי צו קענען געניסן פון אלע מעלות אין א הידראגען עקאנאמיע.
(עס מוז באמערקט ווערן אז נאנט צו 70 פראצענט עלעקטיריציטעט ווערט היינט פראדוצירט דורך פאסיל ברענשטאף וואס מיינט אז צו אנטוויקלן א 100 פראצענטיגן הידראגען עקאנאמיע וועט מען מוזן אנטוויקלן דריי מאל אזויפיל עלעקטעריציטעט).
עס זענען היינט פאראן עטליכע ערליי וועגן וויאזוי צו פראדוצירן עלעקטעריציטעט אן פאסיל ברענשטאף: נוקלעארע קראפט, היידרא-עלעקטריק דאמבעס, סאלאר צעלן, ווינט טורבין, דזשיאטערמאל קראפט, וואלן, און פלייצכוואליעס קראפט.
אין די פאראייניגטע שטאטן קומט ארום 20 פראצענט עלעקטעריציטעט פון נוקלעארע קראפט און 7 פראצענט קומט פון היידרא-עלעקטריק. סאלאר, ווינט טורבין, און אנדערע קוועלער פראדוצירן נאר 5 פראצענט פון די עלעקטעריציטעט אין לאנד. אינעם צוקונפט וועט איינע פון די קלענערע קראפט קוועלער מוזן פראדוצירן פילפאכיג כדי צו קענען פראדוצירן עלעקטריציטעט פון וועלכע די הידראגען ווערט פראדוצירט.
צו טוישן אלע אויטאס אויף הידראגען וואלט נישט געדויערט לאנג אבער צו טוישן די הויפט עלקטריציטעט קוועלער וועט נישט גיין אזוי גרינג, די צוויי הויפט קוועלער נוקלעאר און סאלאר האבן ביידע פראבלעמען. נוקלעאר האט פאליטישע און אנדערע ענווייראמענטאלע פראבלעמען און סאלאר איז נאך דערווייל צו טייער).
הידראגען באהאנדלונג
רעדאַקטירןאויפ'ן יעצטיגן מאמענט איז דער גרעסטער פראבלעם מיט הידראגען וואו און וויאזוי מען וועט דאס האלטן און אוועקלייגן. פארטיגע הידראגען איז א גרויסע פארנעם וועלכע קען נישט אזוי גרינג צונויפגעדריקט ווערן ווי גאזאלין און איז בכלל שווערער צו באהאנדלן. די פירמע קרייסלער איז דערווייל אויפגעקומען מיט די בעסטע טעכנאלאגיע וועלכע צודריקט די גאז צו א הארטע כעמיקאל וועלכע ווערט אנגערופן בארעקס. ווען בארעקס וועט צעלאזט קומט ארויס דערפון ריינע הידראגען און אויב דאס ווערט נישט גענוצט ווערט עס צוריק בארעקס און אזוי ריסייקעלט עס ארום און ארום.
עס וועט נאך געדויערן זייער לאנג ביז אלע פירמעס וועלן נעמען איין וועג און פראדוצירן סטאנדארטע הידראגען. דערווייל שטודירט יעדע פירמע איר אייגענע מיטלן און דאס האלט צוריק די אויסשפרייטונג פון הידראגען סטאנציעס.
וויאזוי אימער, איז פאראן א מעגליכקייט אז הידראגען וועט קיינמאל נישט שפילן קיין ראלע אין די וועלט'ס טרייב קראפט. כמעט אלע פירמעס וועלכע שטודירן הידראגען שטודירן אויך עלעקטרישע באטעריס פאר אויטאס אנשטאט גאזאלין. כאטש די אויסזיכטן פאר באטערי'ס איז קלענער ווי הידראגען (באטעריס קענען נישט באווייזן ארויסצוגעבן אזויפיל קראפט און אויב יא איז עס נאר פאר א קורצע צייט) קען מען אבער קיינמאל נישט וויסן און אלעס קען זיך געבן א דריי...
ווי געזאגט וועט נאך געדויערן זייער א לאנגע צייט ביז די וועלט וועט גרייכן א ריינע הידראגען עקאנאמיע. אויף דערווייל האלטן די פירמעס זייער ווייט מיט פיול סעל געטריבענע אויטאס וועלכע נוצן דעם ערטשן מיטל פון רעפארמירן פאסיל גאזאלין צו הידראגען. דאס איז שוין א גרויסער טריט ווייל עס גיט ארויס מער קראפט מיט ווייניגער ברענשטאף און איז ריינער פאר די אטמאספערע.