דניאל גבריאל פארענהייט (דײַטש: Daniel Gabriel Fahrenheit; ‏24סטן מיי 168616טן סעפטעמבער 1736) איז געווען א האלענדיש-דייטש-פוילישער פיזיקער, אינזשעניר און גלאז אויפבלאזער.

דניאל פארענהייט
Daniel Gabriel Fahrenheit
Fahrenheit small.jpg
געבורט 24 מאי 1686
דאנציג, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 16 סעפטעמבער 1736 (אלט 50)
האלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פעלדער פיזיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרעמיעס און פארערונג קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

פארענהייט האט ערפינדן די גראד סקאלע אויף זיין נאמען, די פארענהייט סקאלע.

לעבנסגעשיכטערעדאַקטירן

דניאל פארענהייט איז געבוירן געווארן אין דאנציג (דעמאלסט א טייל פון דער פויליש־ליטווישער קאמאנוועלט אין א פאמיליע פון דייטשע סוחרים. נאכן טויט פון זיינע עלטערן, האט ער אנגעהויבן עקספארטירן סחורה צו רוסלאנד. צוליב זיין אינטערעס זיך אנטוויקלען אין וויסנשאפט, האט ער זיך געצויגן קיין דען האג אין 1717. ער האט געעפנט א געשעפט צו פארקויפן גלעזערנע זאכן, באראמעטערן, טערמאמעטערן אא"וו. זיינע ערשטע טערמאמעטערן זענען געווען אנגעפילט מיט עטאנאל אבער שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען צו קוועקזילבער.

אין 1718 האט ער אנגעהויבן צו האלטן לעקציעס אין כעמיע אין אמסטערדאם.

אין 1724 האט ער באזוכט ענגלאנד וואו מען האט אים אויפגענומען אלס מיטגליד אין דער קעניגלעכער געזעלשאפט.

ער איז געשטארבן אין דען האג.