די קאמעדיע קליפס איז א זאמל פון קורצע ווידעא קליפס, דאס ערשטע אין צאל, פונעם חסידישער פיזישער אקטיאר און קאמידיאן - מנשה לוסטיג פון ניו יורק.

אין דיזע קליפס ווערן אויסגעשפילט, אויף א סארקאסטישן שטייגער, די איבערגעטריבענע נערוועזקייטן און פאביעס, פון דאס היימישע לעבנס שטייגער, וואס איז היבש לאכעדיג אבער א ביטערע געלעכטער, צייגנדיג פארשידענע סיטואציעס אין לעבן ווי מאנכע זענען מלבש כעס און געוואוינהייטן, אין כאילו א מצוה צו מנהג צו גאר חינוך.

מנשה לוסטיג איז חלילה נישט קיין משכיל וואס זוכט אפשפעטן פון יידישע לעבנס שטייגער, פונקט פארקערט, ער איז דערמיט אין אלגעמיין משמח דעם פאבליקום, און דערביי איז דאס א שיינע וועג צו צייגן וויאזוי עס קוקט אויס א איבערגעטריבענע אומגעבעטענע מחמיר שלא לצורך.

אין דעם זאמל זענען פארהאנען פארשידענע סיטואציעס וואס איז באמת מער אינטערעסאנט פאר היימישע יידען איידער פרעמדע, אבער דאס אוטענטישקייט פון זיינע אקטן, ווערן היינט שוין באוואונדערט ווי נאטורליך און געלונגען, אפילו ביי די אלוועלטליכע דירעקטארן פון פארשטעלונגען און טאלאנט זוכער.