די דזשואיש לעדזשער
די דזשואיש לעדזשער (ענגליש: Jewish Ledger) איז קאנעטיקוט'ס איינציגסטע יודישע וועכנטליכע צייטונג אויף די ענגלישע שפראך, מיט א צירקולאציע פון ארום 35 טויזנט.
עס איז געגרינדעט געווארן אין אפריל 1929 דורך הרב אברהם פעלדמאן.
זי גיבט אויך ארויס א חודש'ליכע אויסגאבע וועלכע סערווירט די געמיינדע אין די מערב מאסעטשוסעטס געגנט.