דיוויענטאַרט (ענגליש: DeviantArt) איז א קהלישער וועב דינסט צו באַטייליקן בילדער און קונסט שאפונגען אויפן אינטערנעץ. די פירמע איז געגרינדעט געווארן דעם 7טן אויגוסט 2000. איר הויפטקווארטיר איז אינעם האליוואד אומגעגנט, אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, די פאראייניקטע שטאטן.

די דינסט איז געשאפןנגעווארן צו געבן קינסטלער א פלאטפארמע אויסצושטעלן זייערע שאפונגנן, און אויך א קהלישער רוים פאר דעבאַטעס איבער די דאזיקע טעמעס.

די שאפונגען אויפן וועבזייטל זענען אייַנגעאָרדענט לויט גרונטיקע קאטעגאריעס וואס שליסן איין פאטאגראפיע, דיגיטאלישע קונסט, טראדיציאנאלע קונסט, ליטעראטור, פֿלעש און אנימאציע, געצייג און פּערזענלעכע אַדאַפּטאַציע, אָנוייַזער רעזערוון, בילד רעזערוון און א סך מער קאטעגאריעס און אונטערקאַטעגאָריעס.

ריכטיק צו אויגוסט 2010 האט דער וועבזייטל העכער 14.5 מיליאן אײַנגעשריבנע מיטגלידער און העכער 100 מיליאן אויֿפהייבונגען. די דינסט איז דער 13סטער אין גרייס אויפן רשימה פון סאציעלע נעצווערקן אין די פאראייניקטע שטאטן געביטן, מיט העכער 3.8 מיליאן באַזוכערס יעדע וואך.

וועבלינקען רעדאַקטירן