דוד אהרן טווערסקי

רבי דוד אהרן טווערסקי הי"ד (ה'תרל"ב - ה'תש"א) פון זשאריק.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי דוד אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב אריה לייב טווערסקי פון קאוולע, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאבל, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

רבנותרעדאַקטירן

רבי דוד אהרן האט זיך אוועקגעצויגן פון וואהלין און זיך באזעצט אין זאוויריטשא, פוילן, אבער ווען ס'האט זיך געשאפן א שפאנונג צווישן זיינע חסידים און די ראדאמסקער חסידים איז ער אריבער קיין זשאריק, און אין יאר ה'תרס"ו האט מען אים דארט אויפגענומען אלס רב.

הסתלקותרעדאַקטירן

ביי די צווייטע וועלט קריג איז רבי דוד אהרן אריבער קיין אוסטראה צו זיין זון רבי אברהם, און איז דארט אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי דוד אהרן האט געהייראט מרת חיה שפרה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם טווערסקי הי"ד, רב אין אוסטראה. ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם.

זעט אויךרעדאַקטירן

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (17)