דאכוי (דײַטש: Dachau) איז א שטאט אין בייערן, אין דרום דייטשלאנד, 20 ק"מ צפון-מערב פון מינכן. זי איז א קרייזשטאט פונעם אויבערבייערישן ראיאן. זי האט בערך 40,000 איינוואוינערס. די שטאט האט אן היסטארישן צענטער מיט א שלאס פונעם 18טן יארהונדערט.

דאכוי
Dachau
www.dachau.de

דאכוי איז געווארן געגרינדעט אינעם 8טן יארהונדערט. אסאך קינסטלערס האבן געוואוינט דארטן אין סוף 19טן און אנהייב 20טן יארהונדערט.

היסטאריע רעדאַקטירן

צווייטע וועלט מלחמה רעדאַקטירן

אין 1933, האבן די נאציס אויפגעשטעלט דעם דאכוי קאצעט. ער איז געווארן דער פראטאטיפ פאר אלע אנדערע קאצעטן. ווערנט זיין אפעראציע, זענען געשטארבן אדער געהרגעט געווערן דארטן 190,591 ארעסטאנטן, א דריטל פון זיי יידן.

פון אנהייב איז עס געווען, פאר פאליטישע ארעסטאנטן, טעאדאר אייקע, איז געווען קאמאנדיר פון די לאגער, פון אנהייב זענען דארט געווען, ציגיינער, האמאסעקסואלן, און רעליגיעזע פירער פון דייטשלאנד, וואס האבן זיך קעגן געשטעלט צו די נאצי רעזשים, און ווי פארשטענדליך יידן.

נאך קריסטאלנאכט, איז די לאגער בעיקר באשטאנען בלויז פון יידן, אין 1942 זענען די יידן פארשיקט געווארן אויף פוילן, ווי זיי זענען פארגאזט געווארן, אין די פארניכטיגונגס לאגערן.

אין 1944 זענען געברענגט געווארן אפאר טויזנט יידן פון אונגארן, פאר צוואנגס ארבעט, אין די פאבריקן פאר אמוניציע, וואס איז געווען אין דאכוי, די מענטשן וואס זענען דארט געווען, האבן געארבעט צוואנגסארבעט פארן עס עס, אדער אין דערנעבנדיקע פריוואטע דייטשע פאבריקן.

פון די 206,000 מענטשן וואס זענען אריבער דאכוי, זענען אמווייניגסטענס 32,000 אומגעקומען, עס איז זיכער אז נאך טויזנטער זענען געשטארבן אין טויטמארטשן, אין טיפוס עפידעמיעס, אבער זענען נישט פארשריבן געווארן.

אפריל 1945, איז די אמעריקאנער ארמיי אריין אין דאכוי, און געטראפן דארט 60,000 געפאנגענע קראנקע, שוואכע, וואס האבן קוים געקענט שטיין אויף די פיס, א דריטל פון זיי יידן, פון די 40 עס עס וועכטער, זענען 36 פאראורטיילט געווארן, דורכן מיליטערישן געריכט, צום טויט,