גראמען
(אַריבערגעפֿירט פון גראם (ליד))
גראמען איז ווען מען איז מסדר א ניגון מיט ווערטער וואס א שורה ענדיגט זיך מיט אן ענדליכן ווארט אין אויסשטעל, עס זאל שטימען מיט א געוויסער פונקטליכער ענליכקייט צו דער פריערדיגער שורה, מיט ה' מוצאת הפה, ווען מען זאגט ארויס דאס ווארט.
עס ווערט גענוצט ווען מען וויל ארויסברענגן א זאך בדרך שיר, עס איז ווי מען זינגט א ניגון און אפעלירט צום הארץ פונעם מענטש ער זאל מסכים זיין צו א געוויסער בקשה, אדער זאלן נתעורר ווערן זיינע הרגשים.
ביי געוויסע קרייזן ספעציעל אין חוץ לארץ ניצט מען גראמען ביי א חתונה וואס א בדחן זינגט א ליד מעורר זיין די מסובים מיט שמחה און תשובה.