בחור כהלכה איז א ספר אויף יודיש וועלכע אנטהאלט הלכות און הדרכות, סיפורי צדיקים און הנהגות טובות, וואס איז נוגע פאר די בר מצוה און בחור'ישע יאהרן, ארויסגעגעבן דורך יצחק אייזיק קעפעטש און געדרוקט אין ניו יארק אין יאר תשנ"ה ביי עקסעלענט בוקביינדינג.

ער האט ווארימע הסכמות פון זעקס מנהלים פון חסידישע ישיבה קטנה'ס אין ברוקלין.

דער ספר באשטייט פון די פאלגנדע פינף חלקים: הרימותי בחור מעם - עלף פרקים, שונה הלכות - פינעף פרקים, מפי ספרים וסופרים - צוויי אפטיילונגען: סיפורי צדיקים און מכתבים לבחורי בר-מצוה, ואני תפלה - צוויי חלקים: סדר הנחת תפילין און תפלה לבר מצוה פון בעל הפלא יועץ, כשאני לעצמי - צוויי חלקים: בואו חשבון און והיה לזכרון.

דער ספר האט בסך הכל צוויי-הונדערט פיער-און-צוואנציג זייטן.