If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


שרגא פייוויש שנייבאלג רעדאַקטירן

א גרויסן ייש״כ פארן שיינעם ארטיקל! כ׳האב געמאכט א פאר תיקונים צו מאכן מער אויפן סטיל פון וויקיפעדיע. צי ווייסט איר ווען איז ער געבוירן? א דאנק! --פוילישער 13:03, 8 יולי 2020 (UTC)ענטפֿער


איך בין נישט זיכער ווען ער איז געבוירען געווארען (איך האב פרובירט מברר צו זיין אבער ווייס נאך נישט) אין אלגעמיין א גרויסע יישר כח פאר אלע תיקונים וואס דו מאכסט. היות אז איך בין נאך ניי אין שרייבען, איז גוט צו זען וואס דו טוסט אזוי לערן איך זיך (און זיי מוחל פאר מיינע טיעותים)
בוטע ווייז מיר די רוכטוגע וועג וויאזוי מען לאזט הודעות צו אנדערע שרייבער --וויזשניץ (רעדן)
וויאזוי לאזט מען הודעות צו אנדערע שרייבער? גענוי אזוי ווי איר האט געשריבן אויף מיין ״באניצער רעדן:״ בלאט. אויך איז פאראן א מוסטער {{ב}}; טאמער מען האלט אין מיטן שרייבן אויף נארוועלכען רעדן בלאט און מען לייגט צו {{ב}}, מיט א באניצער נאמען אלס פאראמעטער, באקומט יענער באניצער א מודעה.
כ׳וויל אבער זאגן אז דער מנהג אין וויקיפעדיע איז אז ווען איינער הייבט אן א שמועס אויף יענעמ׳ס באניצער רעדן בלאט, פירט מען אן דעם גאנצן שמועס אויף דעם בלאט. דערפאר האב איך אריבערגעפירט אייער תשובה אהער דא. מען קען ווייטער ממשיך זיין דעם שמועס דא אויף דעם בלאט.
צום באמערקן, מען קען שטעלן א חתימה דורכן דריקן דעם דריטן קנעפל אויבן. --פוילישער 15:02, 8 יולי 2020 (UTC)ענטפֿער