גרשוני
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
►רוני◄ 09:12, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
די עדה צעטל איז זיכער מער א געווינס פאר איין זייט ווי פאר די אנדערע.
רעדאַקטירן- למעשה איז יעדער מודה אז די שאךה און ענין פון בני ברק וואס האנדעלט זיך איצט, איז די זאליס זענען די אנקלעגער, וואס ווילן ארויסשטיפן די מוחזקים ר' משה חיים ווייס און זיינע ארונים פון די מוסדות, און די ארונים די אנגעקלאגטע וואס האבן ערהאלטן א עיקול פון קארט נישט צו פירן און בויען ווייטער, און די ארונים האבן נאר וואס צו געווינען מיטן ארויסגיין פון קארט, און די זאליס האבן אויבן אויף גארנישט צו געווינען פון ארויסגיין פון קארט. סא פארוואס פרובירסטו צו פארלייקענען א מציאות וואס איז זיכער א גרעסער אומגליק די בריוו פון עדה פאר די זאליס ווי פאר די ארוניס.?--פרץ גוטמאן 13:49, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
- סאיז נישט שייך דין תורה געווינט, מאך דיך נישט תמ'וועטע קיינער מיינט נישט דא די כבוד פון די תורה, דא איז א פייט צווישן צוויי פארטייען די זאליס מיט די ארוניס מיש ננישט קיין תורה דא פאר פראפאגאנדע. יישכ--פרץ גוטמאן 13:53, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
- דער פאקט איז אז דער בריוו פון ביד"צ איז געשריבן פאר ביידע גלייך, איז דערפאר אויב איגנארירסטו דעם חלק טוסטו דינען די פראפאגאנדע פון איין זייט. נייעס ארטיקלען דארפן זיין אביעקטייו, זאלן די ליינער אליין מחליט זיין פאר וועמען עס איז א גרעסערער אומגליק.--גרשוני 13:57, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
- דו ביסט גערעכט איך גיי שוין אינקלודן די ווערט אז למעשה אפילו עס איז א זאלוינשער קלאפ און ארונישער געווינס איז דער בריוו געשריבן זייער פארעווע און צו בייד צוגלייך. יישכ פארן אויפקלערונג אסאך מאל די אריכות מאכט מען זאל פארגעסן אזעלכע וויכטיגע אביעקטיווע פאקטן, איך אנטשולדיג זיך.--פרץ גוטמאן 14:01, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
- ייש"כ פארן העלפן שטעלן א אביעקטיוון טאן אויף וויקיפעדיע, דאס איז די איינציגסטע האפענונג אז וויקיפעדיע זאל מיט רעכט איבערשטייגן אלע אנדערע אינטערנעט ארטיקלען. עס איז געשמאק צו זעהן אז מען קען זיך מענטשליך פארגלייכן אפילו מען האט חילוקי דיעות, וואו מען זעהט טאקע דא אין דעם פאל, קוקט אויך ביי באַניצער_רעדן:געוואלד אונטער'ן קעפל "איינזייטיגקייט אין סאטמאר מחלוקת" ווי דער ויכוח האט זיך פארצויגן ווייטער. --גרשוני 16:40, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
באדייטן
רעדאַקטירןזעה דא ווי אזוי דאס צו טאן. לגבי מאכן ארטיקלען נאר פון בילדער, ביז יעצט האט מען דאס נישט געטון, דער עולם וועט מחליט זיין צו מען קען דאס טון. א דאנק דיר ►רוני◄ 12:24, 31 באוגוסט 2006 (UTC)
- א בילד איז בעסער ווי גארנישט. לעניות דעתי.--טוב עין 12:57, 31 באוגוסט 2006 (UTC)
ביטע אויפקלערן מקורות פון בילדער
רעדאַקטירןאנדערש דארפן מיר זיי גערן מעקן. ►רוני◄ 13:52, 2 בספטמבר 2006 (UTC)
- איך בין גערן גרייט אנצוצייכענען פון וואנעט איך האב גענומען די בילדער, נאר ביטע ערקלער מער קלאר וויאזוי דאס צו טאן, איך האב נישט קיין אהנונג וויאזוי דאס צו טאן. --גרשוני 22:48, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- עפן אויף א אנלאדענונג בילדער און פיילס בלאט וועט זיך דיר אנטפלעקן דראפדאון מעניוס און א ליידיג קעסטל אריינצושרייבן אפאר ווערטער. דער דראפדאון מעניו האט 6 אויסוואלן פון ווי מען האט גענומען דאס בילד. און די ליידיג קעסטל איז פאר אן אנגעבונג אז מ'האט רשות פון דארטן. וויקיפעדיעס דארפן נישט קיין רשות הייד פארק יא. --משה 22:50, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- יא, דאס ווייס איך, מיין שאלה איז לגבי בילדער וועלכע מען האט שוין ארויפגעלאדענט, וויאזוי מען צייכנט יעצט אן פון ווי מען האט דאס גענומען. ייש"כ. --גרשוני 22:54, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- דרוק אויפן בילד ווילד 2 מאל וועט געשען א נס סוועט זיך עפענען אין א באזונדערע בלאט און דארטן וועסטו לייגן דיין אויפקלערונג אין איר רעדן בלאט.--משה 22:56, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- דער "נס" געשעט נאר פאר דעם וואס האט דאס באשטימט ביים "איינשטעלן בלאט". ►רוני◄ 23:08, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- עפן אויף א אנלאדענונג בילדער און פיילס בלאט וועט זיך דיר אנטפלעקן דראפדאון מעניוס און א ליידיג קעסטל אריינצושרייבן אפאר ווערטער. דער דראפדאון מעניו האט 6 אויסוואלן פון ווי מען האט גענומען דאס בילד. און די ליידיג קעסטל איז פאר אן אנגעבונג אז מ'האט רשות פון דארטן. וויקיפעדיעס דארפן נישט קיין רשות הייד פארק יא. --משה 22:50, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
גרשוני, אויפ'ן בילד בלאט איז דא א לינק "העלו גרסה חדשה של קובץ זה". קענסט נאכאמאל ארויפלאדירן דעם זעלבן בילד, און אנצייכענען דעם מקור.
אויב האסטו שוין נישט דעם ארגינעלן בילד, "רעכט-קליק" אויפ'ן בילד און דריק "Save Picture As...", דאס צו פארהיטן אויף דיין קאמפיוטער. --קאצקער 23:04, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
אויב די בילד איז פון וויקיפעדיע דארפסטו נישט אויפקלערן דעם מקור
רעדאַקטירןבתנאי אז די בילד ליגט אונטער די זעלבע קעפל ביי די פרעמדע וויקיפעדיע, ווייל יעדער איינער קען דאך זען אז די בילד איז ערלויבט. (און אין צוקונפט וועט מען דאס שוין שרייבן ביי זיין רעדן בלאט, אבער עס איז נישט גאר וויכטיג, ווייל דערווייל וועט מען דאס נישט מעקן) אבער פארשטייט זיך אז פון היינט און ווייטער דארף מען יא אנצייכענען אויך אויב די בילד איז פון אן אנדער וויקיפעדיע. ►רוני◄
- 23:12, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
- מען דארף יא ווייל דער תמים רוני וועט נאך דא מאכן אנדערע מנהלים וואס וועלן זיך זיכן צו מחריב זיין וויקיפעדיע און ווי שווערער מקען ארבייטן דאס צו פארשווערערען אלס וויכטיגער.--משה 23:14, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
דאנק דיך פאר די נייעס
רעדאַקטירןאיך האב שטארק הנאה פון דיין נייעס, ריין אויסגעהאלטן און שיין. חזק ואמץ. איך האב שוין געהערט פון אסאך וואס קומען אהער צום וויקעפעדיע בלויז א בליק טון אויף די נייעס. דו ביסט זיי פשוט מחיה.--אלזוז 11:57, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
- א דאנק פאר דיינע ווערטער, עס איז גוט צו הערן אז מענטשן שעצן די צייט און ארבעט וואס מען גיבט פון זיך אוועק. --גרשוני 19:37, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
פיעד בעק איבער די נייעס
רעדאַקטירןאיך זעה דו האסט דיך גענומען א ציל צו לייגן טעגליך נייעס צו אויפלעבן אביסל די הויפט בלאט אשרי חלקך! איך וויל דיר געבן אביסל פיעד בעק. קרוין פרינץ פון יאפאן אינטערסירט מיך נישט און נאך אזעלכע זאכן וואס האבן נישט מיט מיין פאלקס היסטאריע אדער עתיד אדער הווה אדער פערזענליך מענטשליכע נייעס ווי געזונט פרנסה אינטערנעט האלט איך אז כאטשיג דאס דינט טאקע די א מעלה צו חנפענען די פרומע עולם צו רעדן פון אלעס אין די וועלט אבי אנצופין א צייטונג און נישט מוזן אנרורן האקעלע זאכן האט דאס אבער אויך א חסרון ווי די צייטונגען זייערע גופא וואס זענען דיק פון דא ביז קאנארסי אבער זענען הויל און פוסט פון אינהאלט און יעדער העכער די דרייצן טרעפט נישט גארנישט דארטן צו ליינען מער ווי פופצען מינוט אהרן זלמן לייב וואס זיי מאכן די דאזידגע נייעס. אז עס איז אומאינטערסאנט איגנארירט מען עס. דו האסט ברוך ה' געטראפן מער ווי גענוג נייעס אז זאלסט נישט דארפן רעדן פון וועלטליכע נייעס. און אפילו זאלסט גארנישט טרעפן איז בעסער ליידיג ווי אומאינטערסאנטע נייעס ווייל אזוי ווייסן די טעגליכע באזוכער אז מארגן וועט מען זיי נישט אנטוישן אבער טאמער זעהן זיי סתם וועלטליכע נייעס הייבן זיי אנצוטראכטן אז מיר זענען געווארן טרענסלעיטערס פאר סי ען ען אדער פאר דראזש רעפארט און לעת עתה איז נישטא דער דעמענד דערפאר. מיר דארפן זיך האלטן ארגינעל, אידישע אישוס אדער פערזענליכע אישוס וואס רעדן צום אידישן מענטשליכען אינטערנעט שווימער. זיי צו אהער ציען צו אויפבויען טעמעס וואס איז נאנט צו זיי. --ברך משה 15:40, 6 בספטמבר 2006 (UTC)
- איך הער דיין טענה, אבער איך בין מסופק צו איך קען דיר געבן רעכט, אויב ברענגן אינטערעסאנטע וועלטליכע נייעס אינטערעסירט נישט קיינעם ווייל מען קען דאס אליין גיין זעהן אויף דראדזש וכדומה (וואס אגב, נעם איך כמעט נישט פון דארט), איז דאך די זעלבע זאך מיט היימישע נייעס אז יעדער קעןן אליינס גיין אויף היידפארק און לייענען פון דארט. דעריבער, איז מיין מיינונג אז עס דארף זיין א שטיקל מיטל וועג, און אמת טאקע אז די נייעס דארפן זיין אינטערעסאנט פאר רוב לייענער דא, אבער דער עיקר ציל דערפון איז דאך אריין צו ברענגן נייע ארטיקלען אין וויקיפעדיע, דערפאר ברענג איך אויך אזעלכע נייעס ווי יאפאן און מעדיצין כדי אז דורך דעם זאל זיך עפענען נייע פענסטער פאר נייע ארטיקלען אדער אויפצובויען אלטע. דוקא זעה איך אז עס איז פארהאן לייענער וואס געניסען יא דערפון, עס איז נישט מעגליך צוצוטרעפן צו יעדן'ס אייגנארטיגן טעם. מיט כבוד --גרשוני 19:44, 6 בספטמבר 2006 (UTC)