די ערשטע נאכט פון שבועות פירט מען זיך אויף צו זיין א גאנצע נאכט, און מען זאגט א סדר וואס ווערט אנגערופן תיקון ליל שבועות.

עס איז א קיצור פון תורה נביאים כתובים און ששה סדרי משנה און תרי"ג מצוות. דער מנהג שטאמט פון זוהר.

פון תנ״ך זאגט מען די ערשטע פסוקים און לעצטע פסוקים פון יעדן פון די 24 ספרים (מגילת רות זאגט מען דאס גאנצע ספר). על פי קבלה איז דאס כעין די פיר און צוואנציג קישוטי כלה, וואס מתן תורה ווערט פארגליכן צו א חופה.

זעט אויך רעדאַקטירן