שעפערדס בוש מארק אונטערגרונט סטאנציע

לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע
קאארדינאטן: 51°30′21″N 0°13′29″W / 51.5058°N 0.22464°W / 51.5058; -0.22464

שעפערדס בוש מארק (ענגליש: Shepherd's Bush Market) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויף די האמערסמיט און סיטי און קרייז ליניעס. די סטאנציע געפינט זיך אינעם שעפערדס בוש געגנט פון מערב לאנדאן, און איז אין טראוולקארט זאנע 2. די סטאנציע נעמט איר נאמען פון שעפערדס בוש מארק, אן אפענער מארק פאראלעל צו דער באן ליניע.

שעפערדס בוש מאַרק לאנדאנער אונטערגרונט
בילד
(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון שעפערדס בוש מאַרק אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Shepherd's Bush Market
יאר געעפנט: 1864
לאקאציע: שעפערדס בוש
בארא: האמערסמיט און פולהאם
פארוואלטער: לאנדאנער אונטערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: האמערסמיט און סיטי ליניע
קרייז ליניע
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 2
צאל פאסאזשירן אין יאר: 3.41 מיליון (2015)


היסטאריע רעדאַקטירן

די מעטראפאליטאן באן האט געעפנט די סטאנציע אום 13טן יוני 1864 אויף איר נייער האמערסמיט צווייג ליניע.

אין 2008 האט לאנדאנער איבערגרונט געעפנט שעפערדס בוש אויף זיין מערב לאנדאן ליניע. כדי צו פארמיידן א פלאנטער מיט די נעמען האט מען געענדערט דעם נאמען פון דער סטאנציע אויף דער האמערסמיט און סיטי ליניע צו שעפערדס בוש מארק.

אין 2009 האט מען פארלענגערט די קרייז ליניע קיין האמערסמיט און זייט דעמאלסט איז די סטאנציע באדינט אויך דורך דער קרייז ליניע.

גאלעריע רעדאַקטירן


רעפערענצן רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שעפערדס בוש מארק אונטערגרונט סטאנציע
  פֿריערדיגע סטאנציע      לאנדאנער אונטערגרונט     פֿאלגנדע סטאנציע  
קיין בארקינג
האמערסמיט און סיטי ליניע
קרייז ליניע