דער שניי לעמפערט (Uncia uncia אדער Panthera uncia) איז א גאנץ גרויסע קאץ וואס לעבט אין די בערג פון צענטראלער אזיע. וויסנשאפטלער זענען נישט קלאר צי ער איז דער זעלבער מין ווי דער לעמפערט און דער טיגער אדער אן אנדער מין.

דער שניי לעמפערט

היינט זענען געבליבן ווייניג שניי לעמפערטן אין דער וועלט—צווישן 3,500 און 7,000. דער שניי לעמפערט האט גרויסע לאפעס און א לאנגן וויידל. אין זיין ווילדער סביבה, לעבט א שניי לעמפערט 15-20 יאר.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שניי לעמפערט