שמעון ישראל פאזען

אב"ד ור"מ שאפראן

רבי שמעון ישראל פאזען (ט"ז תמוז ה'תרנ"ד - כ"א ניסן ה'תשכ"ט) איז געווען דער שאפראנער רב און ראש ישיבה.

שמעון ישראל פאזען
געבורט ט"ז תמוז ה'תרנ"ד
טויט כ"א ניסן ה'תשכ"ט

ביאגראפיע רעדאַקטירן

 
רבי גרשון פאזען מפראנקפורט דמיין

ער איז געווען א זון פון רבי גרשון פאזען, דיין אין פראנקפורט דמיין פאר כמעט פופציג יאר און א קינד פון משפחת פוזנא וואס האבן געדינט אלץ דיינים אין פראנקפורט אסאך דורות. זיין פאטער איז געווען א תלמיד פון הרב שמשון רפאל הירש און האט דערפאר אויפגעצויגן זיינע קינדער אויפן מהלך פון "תורה עם דרך ארץ". פון 1909 ביז 1912 האט שמעון ישראל געלערנט אין וואהלער-רעאל גימנאזיום (היינט וואהלער שולע) אין פראנקפורט. דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין הרב ד"ר שלמה ברויער'ס ישיבה, און אין 1914 איז ער געגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערסיטעט. אין 1915 איז ער גענומען געווארן צו דינען אין דער דייטשער מיליטער אלץ הוססער, וויבאלד עס איז דאן געווען די ערשטע וועלט קריג.

 
שער בלאט פון הרב פאזענס דאקטאראט טעזיס

אין 1920 איז ער באפרייט געווארן פון מיליטער, און איז צוריקגעגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערסיטעט. שפעטער יענעם יאר איז ער געפארן קיין גיעססען ווי ער האט באקומען זיין דאקטאראט אין פילאסאפיע אונטער דער הדרכה פון פראפעסאר אגוסט מעססער. דער טיטל פון זיין דאקטאראט איז "איבער וויסענשאפטליכע ווארהייט".

זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון איהעל אן אייניקעל פונעם ש"ך בן אחר בן. רבי שמעון ישראל איז אנגעקומען קיין אוקראינע ביי דער ערשטער וועלט קריג אלס הוססער פאר די דייטשע מיליטער. דארט האט ער זיך צום ערשט באגעגנט מיט חסידות און ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן א חסיד. ער האט דעמאלטס אפילו נאך עספיעט צו זען ר' דוד'ל טווערסקי פון סקווירא.

ער איז געווען א שטארקער תלמיד פונעם מנחת אלעזר פון מונקאטש, וואו ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן אויפן דרך פון קנאות, און דער מנחת אלעזר האט זיך גאר שטארק בארימט מיט אים, אזוי ווייט אז ער האט געזאגט אז ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענער וועלט און מען וועט אים פרעגן וואס ער האט אויפגעטון וועט ער זאגן אז ער האט געהאט פאר א תלמיד רבי שמעון ישראל! אזוי אויך ווען דער מהריי"ץ פון ליבאוויטש האט געבעטן דעם מנחת אלעזר אז ער זאל אים שאפן איינער וואס קען אויפטון פאר אידישקייט אין דייטשלאנד האט דער מנחת אלעזר אים אנגעטראגן דעם שאפראנער רב, דאן האט אים דער שאפראנער רב געשיקט א לענגערע בריוו ווי ער איז אים מסביר פארוואס ער קען נישט אננעמען דעם פאסטן, און דער מנחת אלעזר האט אוועקגעלייגט די בריוו אין זיין פייער קאסע זאגנדיג ער וויל עס ווייזן פאר משיח ער זאל זען וואספארא חשובע אידן עס זענען געווען אינעם דור.

 
הגאון רבי שמעון ישראל פאזען אב"ד ור"מ שאפראן בעל תורת א'

און זייענדיג א פייערדיגער תלמיד פונעם מנחת אלעזר האט ער שטארק נוטה געווען צום סאטמארער רב, זייענדיג גענויגט צו זיין שיטה.

נאך דער קריג האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין היוואשוואלדי דער אומגעגנט פון בודאפעשט, און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און ער איז געווען דער ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים לרוב.

ער איז אויך געווען א חסיד פונעם אלטן סקווערער רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם סקווערער שטעטל, ווי זיין זון אליעזר פאזען, פון די נאמני ביתו פונעם סקווערער הויף, האט אויסגעפירט זיין צוואה, ווען ער איז נפטר געווארן אין דער נאכט פון שביעי של פסח, וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין שיכון סקווירא, און דארט ליגט ער.

זיינע כתבים און ספרים רעדאַקטירן

תורת א'(אלף) עה"ת ומכתבים

משפחה רעדאַקטירן

 
רבי אליהו פאללאק מוואדקערט

די קינדער פון הרב שמעון ישראל פאזען מיט זיין ווייב זענען:

  • פנחס יודא פאזען
  • מרת חיה שרה, ווייב פונעם וואדקערטער רב, רבי אליהו פאללאק
  • אליעזר פאזען פון סקווירא
  • חיים אלעזר פאזען
  • מרים, ווייב פון זיין ממלא מקום, רבי צבי הירש מייזליש

וועבלינקען רעדאַקטירן