שמואל רעשעווסקי

יידיש-אמעריקאנער שאכשפילער

שמואל רעשעווסקי (26סטן נאוועמבער, 1911 – 4טן אפריל, 1992) איז געווען א שאך-מייסטער און וואונדער-קינד וועלכער האט שוין אין א אינגען עלטער געשפילט שאך קעגן געלערנטע שאך-שפילער.

שמואל רעשעווסקי
Szmul Rzeszewski
געבורט 26 נאוועמבער 1911
אזארקאוו, קאנגרעס פוילן, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 אפריל 1992 (אלט 80)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פוילן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יוגנט יארן רעדאַקטירן

שמואל איז געבוירן אין אזארקאוו, פוילן, א שטאט נעבן לאדזש, צו זיינע עלטערן, גערער חסידים.

ווען ער איז געווען בלויז פינף יאר אלט, האט ער שוין געשפילט שאך ווי א מייסטער. גאר שנעל איז ער באקאנט געווארן אלס א וואונדער-קינד מיט אויסגעווענליכע טאלאנטן אין שאך. ביי די זעקס יאר האט ער שוין געשפילט קעגן ערוואקסענע, און ביי די אכט האט ער זיך שוין פארמאסטן קעגן געלערנטע שאך-עקספערטן.

זיין ערשטע פארשטעלונג איז געווען אין וויען, וואו ער האט זיך פארמאסטן מיט עטליכע שאך-עקספערטן.

זיינע עלטערן האבן זיך שפעטער געצויגן קיין אמעריקע וואו ער איז ארומגעפארן דאס לאנד צו פילע שאך פארמעסטן. ער האט פארלוירן בלויז אכט פון 1,500 שפילן! ער איז גערופן געווארן צו פילע פראמינענטע ערטער אריינגערעכנט א באזוך צום ווייסן הויז, וואו ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט הארדינג.

עלטערע יארן רעדאַקטירן

נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין קראון הייטס. וואוינענדיג אין קראון הייטס האט ער  געדאווענט אין 770, וואו ער האט אנגעקניפט א  קשר מיט'ן זעקסטן ליובאוויטשער רבי'ן, רבי יוסף יצחק מליבאוויטש זצ"ל. ער פלעגט אסאך אנקלינגען אין רבינ'ס שטוב זיך מזכיר זיין בעפאר א שאך-פארמעסט.

ער האט געשריבן זיבן ביכער איבער שאך, און ער איז געווען אן אפיציעלער קאלומניסט איבער שאך אין פילע פרעסטיזשפילע צייטונגען, אריינגערעכנט די ניו יארק טיימס.

מיט דער צייט האט זיך רעשעוועסקי אפגעלאזט פון שאך שפילן, און ער האט זיך אריבערגעצויגן וואוינען אין מאנסי, וואו ער האט געוואוינט די לעצטערע יארן פון זיין לעבן, שטילערהייט, אלס פרומער איד.

וועבלינקען רעדאַקטירן