שליוואוויץ

אלקאהאליש געטראנק

שליוואוויץ ( בולגאַריש: сливовица, ‏[ˈslɪvɔvit͡sɐ], טשעכיש: slivovice, דײַטש: Sliwowitz, ‏[ˈslɪvɔvɪts] אונגאַריש: sligovica, איטאליעניש: slivovitz, פּויליש: śliwowica, רומעניש: şliboviţă, סלאוואקיש: slivovica, סלאוועניש: slivovka, אוקראיניש: слив'янка) ) איז א דיסטילירט אלקאהאליש געטראנק געמאכט פון פלוימען, וואס ווערט פראדוצירט בעיקר אין סערביע, טשעכיי, סלאוואקיי, פוילן, אונגארן און בולגאריע.

פארשידענע פלעשלעך שליוואוויץ

עס איז ארגינעל ווייס קאלירט, נאר מען ווייקט עס אין פינזן-האלץ כדי עס זאל ווערן ברוין-גאלד.

טייל שליוואוויץ האט א הכשר, אויך אויף פסח.

עטימאלאגיע רעדאַקטירן

דאס ווארט שליוואוויץ נעמט זיך פון סלאוויש "sliva" /סליווע/, א פלוים.