"שבות" איז די פליכט לויט דער הלכה זיך אפצוהיטן פון טון געוויסע זאכן שבת, וואס זענען נישט קיין טייל פון די ל"ט מלאכות פון שבת אדער פון די תולדות פון די דאזיקע מלאכות, נאר וואס די חכמים האבן מתקן געווען. דער דין פון א "שבות" קען כולל זיין צוויי סארטן זאכן: פעולות וואס זענען ענלעך צו מלאכות, און פעולות וואס דורך טון זיי קען מען קומען עובר צו זיין אויף א מלאכה וואס איז אסור פון דער תורה.


אחוץ פון שבתים, זענען די דינים פון שבות נוהג אויך ימים טובים און יום כיפור.

רעפערענצן רעדאַקטירן